וויפֿל האַלט דער זייגער?

What Time is It?

פֿון הערשל גלעזער

Published November 11, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער אָפּשטאַם פֿון „זייגער“ איז דאָס מיטל־הויכדײַטשישע seiger, וואָס מיטן ווערב „זייגן“ האָט עס נישט קיין שײַכות. אויב, אָבער, מע וויל חלילה חוזק מאַכן פֿון אַ זייגנדיקער פֿרוי, קען מען זי רופֿן אַ „זייגער־מאַכערין“. דאָס וואָרט איז אויך פֿאַראַן אין פּויליש (zegar), אָבער אינעם הײַנטיקן דײַטשיש איז עס מער נישטאָ.

אויף ענגליש איז שווערער, מיט צוויי באַזונדערע ווערטער: clock איז אַ קאָגנאַט פֿונעם ייִדישן „גלאָק“ און האָט אַ מאָל געהאַט דעם זעלביקן טײַטש. דער סובסטאַנטיוו watch נעמט זיך פֿונעם ווערב watch ‘וואַכן; צוקוקן זיך’.

פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן טייל לשונות בלויז איין וואָרט סײַ פֿאַר ‘שעה(ען)’, סײַ פֿאַר ‘זייגער’,: טשעכיש, רוסיש, דײַטשיש, אונגעריש. טאַקע פֿון דעם נעמט זיך די פּאַראָדישע סצענע אינעם קלאַסישן פֿילם „קאַסאַבלאַנקאַ“, וווּ צוויי פּליטים פֿון דײַטשלאַנד (קענטיק ייִדן) רעדן צווישן זיך אויף ענגליש, כּדי זיך צוצוגרייטן אויף דער עמיגראַציע קיין אַמעריקע:

ער: What watch?
זי: Ten watch.
ער: Such watch!

אויף „וויפֿל איז (אָדער: האַלט) דער זייגער“ ענטפֿערט מען, בדרך־כּלל, „איינס/צוויי/דרײַ…צען/עלעף/צוועלעף אַ זייגער“, אָבער אין פּוילישן ייִדיש איז דער ענטפֿער גיכער „איינסע/צווייע/דרײַע…צענע/עלעווע/צוועלעווע“.

בײַ סטוטשקאָוון קען מען געפֿינען אַ צאָל ווערטלעך וועגן זייגערס:

אַ זייגער איז בעסער ווי מזומן געלט — געלט גייט אַוועק, און אַ זייגער שטעלט זיך אָפּ;
אַ זייגער וואָס שטייט איז בעסער ווי אַ זייגער וואָס שלעכט גייט;
אַ וואָגן איז אַ זייגער, אַ שליטן איז אַ פּגר;
פּינקטלעך ווי אַ זייגער, קלאַפּן ווי אַ זייגער, פּלאַפּלען ווי אַ זייגער.