„קײן האָניק װעלן מיר דערװײַל ניט לעקן‟

"There Will Be Rough Times Ahead"

באָבע וואַנגע
באָבע וואַנגע

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 12, 2014, issue of December 05, 2014.

יעדע גרױסע איבערגאַנג־תּקופֿה אין דער געשיכטע צײכנט זיך אױס מיט אַן אינטערעסאַנטער געשעעניש אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן: עס הײבט אָן װאַקסן די צאָל כּלערלײ פֿאָרױסזעער, כּישוף־מאַכער און סתּם פֿעיִקע שאַרלאַטאַנען. אין אונטערשײד פֿון די פֿריִערדיקע איבערגאַנג־תּקופֿות װערט באַגלײט די לעצטע תּקופֿה מיט אַ גאַנצער אַרמײ פֿון די גאָר פֿעיִקע באַהעלפֿער־זשורנאַליסטן; יעדער קרעכץ פֿון דעם אָדער אַנדערן כּישוף־מאַכער װערט צעבלאָזן איבער דער װעלט מיט אַ ליכט־שנעלקײט, און פֿאַרטשאַדעט נאָך מער די שװאַכע געהירן פֿון די הילפֿלאָזע בשׂר־ודמס.

די אַנטװיקלונג פֿון די בליץ שנעלע קאָמוניקאַציע־מיטלען, װי אױך די נטיה פֿון די מענטשן צו זען „דאָס געטלעכע‟ דאָרטן, װוּ די געטלעכקײט האָט אַפֿילו ניט גענעכטיקט, דאָס אַלץ מאַכט זײער שנעל דעם פּראָצעס פֿון אױסקלײַבן און „פֿאַרגעטערן‟ אַ כאַריזמאַטישן „פֿאָרױסזעער‟. און װאָס אומקלאָרער און אומזיכערער עס װערט די סיטואַציע אױף דער װעלט, אַלץ שטאַרקער װערט דאָס גלױבן אין אַ געװיסן „גאָטס־מענטש‟, און אַלץ שטאַרקער װערט זײַן השפּעה אױף די שוצלאָזע נשמות. אַ װאַקלדיקע און אַ שװאַכע נשמה קען ניט באַשיצן ניט דער אויסגעצייכנטער דיפּלאָם פֿון האַרװאַרד און ניט די פּרימיטיװע סאָכע.

עס װײַזט אױס, אַז דער אײבערשטער האָט אױסגעקליבן די באַלקאַנען ניט נאָר כּדי פֿון דאָרטן זאָל זיך אָנהײבן דער ערשטער װעלטקריג אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט, נאָר אױך דאָרטן איז געבױרן געװאָרן, האָט געלעבט און געזאָגט „נבֿואות‟ די סאַמע באַרימטסטע פֿאָרױסזעערין פֿון דער לעצטער תּקופֿה — די באָבע װאַנגע. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז געבױרן איז זי ניט װי אַ באָבע, נאָר װי אַן אײנפֿאַך מײדל מיט אַן אײנפֿאַכן קריסטלעכן נאָמען, װאַנגעליאַ; און עס קען זײַן, אַז זי װאָלט געהאַט דעם זעלבן ביטערן פּױערישן גורל, פּונקט אַזױ װי אירע עלטערן, נאָר אײן מאָל, אין יאָר 1923, װען װאַנגעליאַ איז געװען צװעלף יאָר אַלט, האָט זי געטראָפֿן אַן אומגליק — בעת אַ שרעקלעכן זומער־געװיטער האָט אַ האַסטיקער װינט זי אומגעװאָרפֿן אױף דער ערד און דער זאַמד האָט פֿאַרשטאָפּט אירע אױגן. אַזױ, באַדעקט מיט צװײַגן, זאַמד און בלאָטע, איז זי אָפּגעלעגן צװײ מעת־לעתן, ביז מע האָט זי געפֿונען און אומגעקערט צום לעבן, אָבער די ראיה האָט זי, נעבעך, פֿאַרלױרן אױף אײביק.

מיט יאָרן שפּעטער האָבן די מענטשן אַ ביסל „באַפּוצט‟ אָט די־אָ טרױעריקע געשעעניש און צוגעגעבן דעם אומגליק אַ „געטלעכן צײכן‟ — ניט דאָס זאַמד האָט בלינד געמאַכט דאָס מײדל, נאָר אַ בליץ פֿון הימל האָט געטראָפֿן אין אירע אױגן; די הימלען אַלײן האָבן צוגענומען בײַם מײדל די מעגלעכקײט צו זען די קעגנװאַרט, אָבער באַשאָנקען זי מיט דער פֿעיִקײט צו „זען‟ די צוקונפֿט, און לײענען די גורלות פֿון מענטשן און לענדער.

עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז דװקא אין די מלחמה־צײַטן װאַקסט די װערט פֿון אַ מענטשן, װאָס קען פֿאָרױסזען דעם גורל פֿון אַן אַנדערן; און טאַקע אין אַ געאָמעטרישער פּראָגרעסיע װאַקסט די פּאָפּולערקײט פֿון אַ פֿאָרױסזעער. אײנער פֿון די ערשטע מענטשן, װעלכע האָבן זיך געװאָנדן צו דער באָבע װאַנגע, איז געװען דער בולגאַרישער צאַר באָריס דער דריטער. געשען איז דאָס אין 1942 און פֿון דעמאָלט אָן איז שװער צו געפֿינען אױף דער װעלט עפּעס אַ גרױסע מלוכישע אָדער פּאָליטישע פּערזענלעכקײט, װעלכע וואָלט זיך ניט געװאָנדן צו דער באָבע װאַנגע מיט אַ ביטע אַרײַנצוקוקן אין זײער „צוקונפֿט‟.

עס איז ניטאָ קײן ספֿק, אַז די באָבע װאַנגע האָט געהאַט אַן אױסערגעװײנטלעכע פֿעיִקײט צו דערפֿילן אַ כּלי־שבֿור און געקענט משפּיע זײַן כּמעט אױף יעדן פֿון אירע באַזוכער, װײַל ניט זי האָט בײַ זײ געזוכט הילף און שטיצע, נאָר פּונקט פֿאַרקערט. איך בין ניט קײן מומחה אין די פּאַראַנאָרמאַלע דערשײַנונגען, נאָר כ’בין יאָ אַ מומחה אין דער מעטאָדיק פֿון שאַפֿן מיטאָלאָגישע פּערסאָנאַזשן. די באָבע װאַנגע איז אָן אַ ספֿק אײנע פֿון זײ. איך װײס ניט, צי די באָבע װאַנגע האָט געהאָלפֿן עמעצן פֿון אירע אָנצאָליקע פּאַציענטן, װײַל קײן אײן ערנסטער װיסנשאַפֿטלער האָט קײן מאָל ניט פֿאַרשריבן און ניט באַשריבן קײן אײן פֿון אירע „נסים־ונפֿלאָות‟, כאָטש פֿון 1967 ביז איר טױט אין 1996, איז די באָבע װאַנגע געװען אַן אָפֿיציעלע מלוכה־באַאַמטע, אָבער די זשורנאַליסטן הערן ניט אױף צו שאָקירן דעם עולם מיט די פּרטים פֿון באָבע װאַנגעס „נבֿיאישן עזבֿון‟. כ’װעל ברענגען נאָר עטלעכע פֿון די פּובליקירטע „נבֿיאות‟:

אין נאָװעמבער 2010 װעט זיך אָנהײבן די דריטע װעלט־מלחמה, און זי װעט זיך פֿאַרענדיקן אין יאָר 2014, אין חודש אָקטאָבער. קודם־כּל, װעט געניצט װערן דאָס נוקלעאַרע געװער, און שפּעטער װעלן די מוסולמענישע לענדער זיך באַנוצן מיטן כעמישן געװער קעגן די רעשטלעך פֿון די לעבן־געבליבענע אײראָפּעער.

2016 — אײראָפּע איז כּמעט אַן אומבאַפֿעלקערטער שטח.
2018 — כינע װערט די אײנציקע גרױסמאַכט אױף דער װעלט.
2028 — עס װערט אַנטדעקט אַ נײַער ענערגיע־מיטל. דער הונגער טרעט אָפּ…

…און אַזױ װײַטער, דורך דער פּאַרטיזאַנער־מלחמה קעגן די איסלאַמיסטן אין פֿראַנקרײַך, אין 2299 און ביזן יאָר 3797, װען אױף דער ערד װעט ניט בלײַבן קײן זכר פֿון לעבן.

װי איך האָב שױן באַמערקט פֿריִער, איז זײער שװער צו װיסן, װעלכע פֿון די „נבֿיאות‟ געהערן דער באָבע װאַנגע, און װעלכע זײַנען אַ פּרי פֿון עמעצנס קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע; אָבער אַז מע האָט אַ ביסל פֿרײַע צײַט און מע גיט אַ גוטן טראַכט, קומט מען, סוף־כּל־סוף, צו אַן אױספֿיר, אַז מער פֿון אַלץ נײטיקט זיך די מענטשהײט אין אַ נײַעם ענערגיע־מיטל. װי באַלד עס װעט אַנטדעקט װערן אַזאַ נײַער ענערגיע־מיטל, װעלן די נאַפֿט־און־גאַז־אימפּעריעס פֿאַרלירן זײער צעבלאָזענע װערט. דעמאָלט װעט ניט־רעלעװאַנט װערן דער צבֿועקישער צוגאַנג פֿון די אַנטװיקלטע דעמאָקראַטישע לענדער, אַז אין געװיסע פֿאַלן קען מען און מעג מען פֿאַרמאַכן די אױגן און מאַכן ניט װיסנדיק, װאָס פֿאַר אַ באַרבאַרישע טיראַניע עס הערשט אין די כּמעט אַלע לענדער, װעלכע באָדן זיך אין נאַפֿט־און־גאַז.

װען מע װעט אױפֿהערן חרובֿ צו מאַכן דעם בידנע ערד־קײַלעך, דעמאָלט, אפֿשר, װעט בלײַבן מער צײַט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט די ענינים פֿון דער גײַסטיקער אַנטװיקלונג, סײַ פֿון אַ יחיד און סײַ פֿון דעם כּלל. ביז יענע צײַטן, אָבער, דאַרף מען נאָך דערלעבן. דערװײַל, לײַדן די מענטשן פֿון אַ געװיסער אומקלאָרקײט און אומזיכערקײט אין זייער מאָרגן, און באין־ברירה פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין די מײַסטעריש געלײגטער נעץ פֿון כּל־מיני כּישוף־מאַכער, אָפּשפּרעכער און צרות־אָפּמעקער. ניט אומזיסט פֿלעגן די אַלטע ייִדן אַ זאָג טאָן, אַז „אַ ‘הײליק’ אָרט בלײַבט קײן מאָל ניט לײדיק‟.

איך װײס ניט גענױ װי בײַ די אַנדערע מענטשן, נאָר איך װיל זיך מודה זײַן, אַז אַ מאָל װער איך אַ פֿאַרטיקער תּשר’ק, און דערלױב זיך אַ קלער טאָן, אַז ניט דער מענטש איז אַ פּראָדוקט פֿון דער פּראָגרעסיװער נאַטור־עװאָלוציע, נאָר די װילדע רױב־חיות זײַנען אַ רעזולטאַט פֿון דער רעגרעסיװער דעגראַדאַציע פֿון די מענטשן.