אַז מע רעדט פֿון ייִדיש־רוסישע זיווגים...

Speaking of Mixed Jewish-Russian Marriages...


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 18, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַז אַ ייִדיש מיידל זאָל האָבן חתונה מיט אַ קריסט, דאַרף אי דאָס מיידל אי דער בחור זײַן אינטעליגענט און מענטשן מיט אַ קלוגן פֿילאָסאָפֿישן בליק אויפֿן לעבן. ווען זיי זײַנען דורכשניטלעכע מענטשן פֿון פּשוטן פֿאָלק, לאָזט זיך תּמיד אויס אַ בוידעם פֿון זייערע ליבע־טרוימען. ניט מיר קענען צוריידן און ניט מיר קענען אָפּריידן פֿון אַזאַ זיווג.‟

***

אין מײַנע קינדעריאָרן האָב איך געזען אַ „קלאַסיש‟ אינטעליגענט פּאָרפֿאָלק. ער איז געווען אַ רבֿס אַ זון, און איר פֿאָטער — אַ גלח. זיי האָבן זיך באַקענט נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע, ווען ביידע זײַנען געווען אין גימנאַזיעס. מײַן טאַטנס אַ פּלימעניק, וועמענס יוגנט איז אַדורך אין די מלחמה־צײַטן, האָט זיך געלערנט פּאַראַלעל מיט אַרבעטן, און אויף דער פֿראַנצייזישער שפּראַך, וועלכע ער האָט געמוזט שטודירט, איז בײַ אים קיין קאָפּ און קיין צײַט ניט געווען. און די אַלטיטשקע אינטעליגענטן, זײַנע שכנים, פֿלעגן אים העלפֿן.

אין אונדזער משפּחה האָט זיך דער ערשטער געמישטער זיווג באַוויזן, ווען איך בין געווען אַ יאָר פֿערצן אַלט. הגם אַלע זײַנען געווען געטרײַע סאָוועטישע לײַט, מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין יעדער שטוב, האָט מען די דאָזיקע בשׂורה אויפֿגענומען גאָר ניט גלײַכגילטיק. אמת, עס האָט זיך גלײַך געפֿונען אַ באַרעכטיקונג: דער דאָזיקער פּלימעניק פֿון מײַן מאַמען, דאָס הייסט מײַן שוועסטערקינד, האָט געדינט אין דער אַרמיי ווי אַן אָפֿיציר. אַזוי אַז אָפּגעריסן איז ער שוין סײַ־ווי־סײַ געווען. מע האָט אויך אָפּגעשאַצט, אַז די פֿרוי זײַנע איז געווען באמת אַ שיינע. יעדעס מאָס פֿלעגט מען צוגעבן: „אַז מע עסט שוין חזיר…‟

אירע עלטערן, פּראָסטע אַרבעטער, האָבן גערופֿן צו זיך די גאַנצע משפּחה. איך געדענק, אַז אויפֿגענומען אונדז אַלעמען האָט מען זייער האַרציק. און בראָנפֿן איז אָנגעגרייט געווען אויף אַ פּאָלק. מײַן טאַטנס דור האָט געקענט טרינקען גאָר ניט שלעכט — די מלחמה האָט זיי גוט אויסגעלערנט עס צו טאָן. אַזוי אַז זיי האָבן די משפּחה ניט פֿאַרשעמט.

אגבֿ, מיט בראָנפֿן איז געווען אַזאַ געשיכטע: דער פֿאָטער פֿון דער פֿרוי פֿון מײַן מיליטערישן שוועסטערקינד איז געווען אַ קראַנקער. זײַן ווײַב, וואָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ געזונטער, האָט גענומען שטילערהייט איין מאָל אַ חודש, פֿון יעדן געהאַלט, קויפֿן אַ פֿלעשל בראָנפֿן, כּדי אָנזאַמלען אַ זאַפּאַס פֿאַר זײַן הזכּרה־מאָלצײַט. דער סוף איז געווען, אַז אויסגענוצט האָט מען דעם זאַפּאַס ווען זי איז געשטאָרבן — דווקא די ערשטע.

איך ווייס ניט, צי מײַן שוועסטערקינד און זײַן ווײַב האָבן ניט פֿאַרמאָגן דעם נייטיקן „קלוגן פֿילאָסאָפֿישן בליק אויפֿן לעבן‟, נאָר גליקלעך זײַנען זיי ניט געווען. זי איז שוין ניטאָ אויף דער וועלט. און ער וווינט אין ישׂראל, מיט אַ ייִדישער פֿרוי. איך ווייס ניט, צי מע דאַרף נאָר געמישטע זיווגים אָפּשאַצן מיט פֿילאָסאָפֿישע מאָסן. אָבער אַזוי צי אַזוי, הער איך אַז ער איז צופֿרידן.