געהויבענע טעג אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

Uplifting Days in the Parisian Yiddish Center

זיצן פֿון רעכטס: אַניק פּרים–מאַרגוליס און שאַרלאָט מעסער; שטייען: באָריס סאַנדלער און אַליק מעסער
זיצן פֿון רעכטס: אַניק פּרים–מאַרגוליס און שאַרלאָט מעסער; שטייען: באָריס סאַנדלער און אַליק מעסער

פֿון יצחק ניבאָרסקי

Published December 02, 2014, issue of December 19, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די צוויי לעצטע פֿאָרשטעלונגען, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, האָבן באַזונדערס צוגעצויגן דעם עולם. נאָך דעם ווי די אַפּלאָדיסמענטן האָבן זיך אײַנגעשטילט, האָט זיך יעדעס מאָל אָנגעקניפּט אַ שמועס צווישן סאַנדלערן און דעם טיף גערירטן עולם. אינעם לעבעדיקן אויסטויש איז אויסגעקומען צו הערן מיינונגען וועגן דער פּיעסע, וועגן די אָפּקלאַנגען פֿונעם וואָרט „בענקשאַפֿט“ אינעם טיטל, פֿראַגעס וועגן דעם מקור, וואָס האָט אינספּירירט סאַנדלערן; וועגן דער געשיכטע פֿון חורבן אין בעסאַראַביע אאַז״וו. סאַנדלער האָט אויסגעדריקט זײַן טיפֿע צופֿרידנקייט מיט אַזאַ שיינעם קינסטלערישן אויפֿטו — אַ דערגרייכונג, וואָס וואָלט מסתּמא נישט געמאָלט געווען ערגעץ אַנדערש ווי אין דעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער.

אַניק פּרים–מאַרגוליס אין דער ראָלע פֿון סאַרוניע
אַניק פּרים–מאַרגוליס אין דער ראָלע פֿון סאַרוניע

אַחוץ די מאָנאָלאָג–פֿאָרשטעלונגען, איז אַ באַזונדערער אָוונט אָפּגעגעבן געוואָרן דער פּראָיעקציע פֿון סאַנדלערס פֿילם וועגן דעם פּאָעט יוסף קערלער (פֿון זײַן סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס“). די געשטאַלט פֿון דעם גרויסן פּאָעט, וואָס איז גלײַכצײַטיק געווען אַ העלד פֿון ייִדישן גײַסטיקן ווידערשטאַנד אונטערן קאָמוניסטישן רעזשים, מאַכט אַ שטאַרקן רושם סײַ צוליב זײַנע אייגענע אַרויסזאָגונגען, סײַ צוליב דער זעלטענער באַלײַכטונג, וואָס עס גיט זײַן זון, דער ייִדיש–פֿאָרשער דבֿ–בער קערלער, אַליין אַן אָנגעזעענער פּאָעט אויף ייִדיש.

נאָך דער פּראָיעקציע איז אויך אויסגעקומען צו שמועסן מיטן עולם וועגן דעם זינען און צוגאַנג פֿון סאַנדלערס פֿילמען, וואָס פֿאַראייביקן דאָס לעבעדיקע וואָרט פֿון שוין אַוועקגעגאַנגענע שרײַבער.

בײַ דער געלעגנהייט פֿון זײַן באַזוך האָט באָריס סאַנדלער אָפּגעהאַלטן לענגערע שמועסן מיט די טוערס פֿונעם פּאַריזער „ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק‟. עס איז געווען זייער אינטערעסאַנט צו הערן פֿון אים וועגן די נײַע אַנטוויקלונגען פֿון זײַן אַרבעט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס“: פֿאַרייִנגערונג פֿון דער מיטאַרבעטערשאַפֿט, הצלחה פֿון דער עלעקטראָנישער טעגלעכער ווערסיע פֿון דער צײַטונג, שוועריקייטן און שטרעבונגען.

סך–הכּל — אַ דערהויבענע וואָך אַרום אַ לעבעדיקער הײַנטצײַטיקער שאַפֿונג אויף ייִדיש און אַרום איר מחבר. לאָמיר אָפֿטער האָבן אַזעלכע וואָכן!