ווי לאַנג קענען די חרדים בלײַבן איזאָלירט?

How Long Can Haredim Preserve Their Isolation?

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 02, 2014, issue of December 19, 2014.

לעצטנס האָב איך געשריבן וועגן „פֿאַרגעסענע ווערטער‟, קודם־כּל, וועגן דעם סופֿיקס ־עוואַטע. אויף שער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט, אונטער דעם דאָזיקן אַרטיקל, האָט זיך באַוויזן אַזאַ פּירוש (איך בײַט נאָר אַ ביסל דעם אויסלייג):

„קודם־כּל, מע נוצט יאַ הײַנט בײַ חסידים דאָס וואָרט תּמעוואַטע, אַ פּשוטער ׳גוגל׳־זוך וואָלט דיר דאָס געזאָגט. און נאָך דעם כּל, דו שרײַבסט אַז דו שטודירסט נישט די הײַנטיקע חרדישע ייִדיש. פֿאַר וואָס נישט? אויב זיי זענען די הײַנטיקע ייִדיש־רעדער, דאַן וואָס איז דער עקשנות זיך צו איזאָלירן פֿון די רעדער פֿונעם ייִדיש? ווײַל זיי זײַנען נישט אַזוי קלוג ווי דיר?‟

ווי געפֿעלט אײַך, אַז איך איזאָליר זיך? גלײַך ווי די חרדישע געזעלשאַפֿט האַלט ברייט אָפֿן די טויערן פֿאַר פֿרעמדע לײַט? גלײַך ווי ניט זיי טוען אַלץ, כּדי זיך וואָס ווײַטער און שטאַרקער אָפּגרענעצן פֿון דער אַרומיקער וועלט.

דער מחבר פֿונעם בריוו איז גערעכט אַוודאי, אַז מע דאַרף די חסידישע שפּראַך פֿאָרשן. אַפֿילו די עטלעכע שורות זײַנע זײַנען שוין אינטערעסאַנט פֿאַר אַ שפּראַכקענער. אַ שטייגער, מיט דעם וואָס דאָס וואָרט “ייִדיש” קען זײַן סײַ לשון־נקבֿה (“די הײַנטיקע חרדישע ייִדיש”), סײַ — אַ רגע שפּעטער — לשון־זכר אָדער דער דריטער מין (“די רעדער פֿונעם ייִדיש”); און מיט דעם, וואָס דער ר’ ייִד פֿילט ניט קיין פּראָבלעם מיט “דוצן” מיך, כאָטש מיר זײַנען, דאַכט זיך, אַפֿילו ניט באַקאַנט. איך שרײַב „דאַכט זיך‟, ווײַל דער פּירוש טראָגט ניט דעם נאָמען פֿונעם מחבר, און דערפֿאַר זעט עס אויס ווי אַ מסירה צי אַ פֿײַג אין קעשענע.

עס זײַנען דאָ עטלעכע סיבות, פֿאַר וואָס איך האָב זיך „פֿאַרעקשנט‟ און פֿאָרש ניט דעם חרדישן ייִדיש. קודם־כּל, פֿאָרש איך בכלל ניט — און האָב ניט קיין פּלענער צו פֿאָרשן — די שפּראַך, איך באַשעפֿטיק זיך מיט דעם, וואָס מע רופֿט אינטעלעקטועלע געשיכטע. דערצו האַלט איך זיך ניט פֿאַר אַ גענוג קוואַליפֿיצירטן געלערנטן צו פֿירן אַזאַ פֿאָרשונג, ווײַל איך בין וועלטלעך ניט בלויז אין מײַן פּריוואַטן לעבן, נאָר אויך אין דעם, וואָס איך קען ווי אַ פֿאָרשער. כּדי זיך ערנסט צו פֿאַרנעמען מיטן חרדישן ייִדיש, דאַרף מען זײַן אַ מומחה אין דער חרדישער ייִדישקייט. און איך בין אין די דאָזיקע זאַכן זייער עם־הארציש.

אָבער עס איז דאָ נאָך איין סיבה, און זי האָט צו טאָן מיט „איזאָלירן זיך‟. איך וויל ניט האָבן צו טאָן מיט אַ סבֿיבֿה, וווּ מענטשן זײַנען פֿאַרציטערט אָנצוּווײַזן זייער נאָמען, ווען זיי שרײַבן עטלעכע שורות, וואַרעמע אָדער ביטערע, אונטער אַ „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל. איך וויל ניט האָבן צו טאָן מיט אַ סבֿיבֿה, וואָס האַלט מיך פֿאַר אַ תּושבֿ פֿון אַ וועלט, אין וועלכער זיי טאָרן ניט אַפֿילו אַרײַנקוקן, און מע טוט עס נאָר בגנבֿה, דורך אַ שפּאַרונקעלע, וואָס מע עפֿנט, אַ פּנים, שפּעט בײַ נאַכט, ווען קיינער זעט עס ניט. איך האָב גענוג יאָרן אָפּגעלעבט אין דער סאָוועטישער מלוכה, כּדי ווערן אַלערגיש צו אַ קרענקלעכער געזעלשאַפֿטלעכער איזאָלאַציע.

פּאַליטיקער, בפֿרט אין אַמעריקע, האָבן זיך אויסגעלערנט אויסצונוצן די דאָזיקע איזאָלאַציע. מע ווייסט, אַז ס’איז גענוג זיך צונויפֿרעדן מיטן הויפּט־קאָכלעפֿל אין עפּעס אַ סעגמענט פֿון דער חרדישער וועלט, ווי די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון דעם דאָזיקן סעגמענט וועט „דעמאָקראַטיש‟ שטימען פֿאַר דעם פּאָליטיקער. און דערווײַל וועט די מלוכה, לכל־הפּחות דער טייל פֿון דער מלוכה, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך אָט דעם פּאָליטיקער, פֿאַרמאַכן די אויגן אויף כּלערליי פּראָבלעמען.

וועגן צוויי אַזעלכע פּראָבלעמען האָט לעצטנס געשריבן די ניו־יאָרקער פּרעסע. אין „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דער אַרטיקל “Yiddish Isn’t Enough” (דעם 21סטן נאָוועמבער) דערציילט וועגן די געוואַלדיקע בלויזן אין דער בילדונג, וועלכע מע באַקומט אין די חרדישע שולן. ס’איז קלאָר, אַז די מלוכה־אָנגעשטעלטע האָבן תּמיד געוווּסט וועגן דעם, אָבער מע האָט גאָרנישט ניט געטאָן, אַ חוץ … געבן געלט די דאָזיקע שולן. אַ ביסל פֿריִער, דעם 10טן נאָוועמבער, האָט דער זשורנאַל „ניו יאָרקער‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן אַרטיקל אונטערן טיטל “The Outcast”, אין וועלכן די רייד גייט וועגן סעקסועלע פֿאַרברעכנס אין דער ניו־יאַרקער חסידישער סבֿיבֿה, און ווי די דאָזיקע סבֿיבֿה שאַפֿט מניעות פֿאַר דער פּאָליציי און געריכטן, און לאָזט ניט מע זאָל די פֿאַרברעכער באַשטראָפֿן ווי עס דאַרף צו זײַן פֿאַר זייערע מעשׂים־רעים.

אַ סבֿרא, אַז קיין גוטס וועט פֿון דעם אַלץ ניט אַרויסקומען. עס איז דאָ אַ גרענעץ, ביז וועלכער די אַלגעמיינע געזעלשאַפֿט קען זיך דערלויבן צו טאָלערירן די איזאָלירטע גרופּעס, וואָס לעבן לויט זייערע אייגענע געזעצן. מיר שײַנט, אַז די עצם דעמאָגראַפֿיע וועט, סוף־כּל־סוף, בײַטן דעם מצבֿ פֿון דער חרדישער וועלט. ווען זיי וועלן דערגרייכן אַ געוויסע קריטישע מאַסע, וועט די מלוכה מוזן זיך באַשעפֿטיקן מיט זיי באמת ערנסט. און אפֿשר האָבן זיי שוין דערגרייכט די דאָזיקע קריטישע מאַסע.