נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער בירגער־מײַסטער פֿון סאַלאָניקע מעלדעט װעגן נײַעם דענקמאָל

דער בירגער־מײַסטער פֿון דער גריכישער שטאָט סאַלאָניקע, יאַניס בוטאַריס, װאָס באַזוכט איצט אױסטראַליע, האָט געמאָלדן, אַז זײַן שטאָט װעט אױסגעבן $25,000,000 צו בױען אַ דענקמאָל נאָך די 55,000 לאָקאַלע ייִדן, װעלכע די נאַציס האָבן צוגענומען פֿון דער שטאָט און פֿאַרשיקט קײן אױשװיץ. בוטאַריס האָט אָפֿיציעל זיך אַנטשולדיקט אין נאָװעמבער, װאָס זײַן שטאָט האָט איבערגעגעבן די ייִדן צו די נאַציס.

250 מענטשן זײַנען בײַגעװען אױף אַ ספּעציעלער אונטערנעמונג לכּבֿוד בוטאַריסן אינעם מעלבורנער ייִדישן חורבן־צענטער און מוזעום.

צוזאַמענטרעף פֿון די „דונעראַ בױעס‟

אַכט „דונעראַ בױעס‟ און 70 משפּחה־מיטגלידער זײערע האָבן זיך געטראָפֿן 74 יאָר נאָך דעם װי זײ זײַנען אָנגעקומען אַהער פֿון אײראָפּע אױף דער בריטישער שיף „דונעראַ‟. זײ זײַנען אינטערנירט געװאָרן פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג אין װיקטאָריע און אין ניו־סאַוט װײלס ביז זײ האָבן זיך פֿאַרשריבן צוערשט אין דער בריטישער אַרמײ און דערנאָך אין דער אױסטראַלישער אַרמײ.

אַלע אָנװעזנדיקע האָבן געהערט אַ רעפֿעראַט פֿונעם פֿילממאַכער, װאָס אַרבעט איצט אױף אַ פֿילם װעגן אײנעם פֿון די „בױעס‟ און האָבן אױך געהערט פֿון אַ לאָקאַלן היסטאָריקער װעגן דער מעגלעכקײט, אַז מע װעט פֿאַרגרעסערן דעם „דונעראַ‟־מוזעום אין ניו סאַוט װײלס.

אױסטראַלישע ייִדן פֿײַערן דעם „טאָג פֿאַר מענטשן מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן‟

די ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן פֿון „מכּבי‟־אױסטראַליע האָבן אָנטײלגענומען אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿאַר מענטשן מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן‟. די מאַנשאַפֿטן „מכּבי־אױסטראַליע אַלע פֿײקקײטן‟ זײַנען געגרינדעט געװאָרן מיט צען יאָר צוריק.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.