נײַע כוואַליע פֿון רוסישער עמיגראַציע

New Wave of Russian Emigration

בײַם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד אין מאָסקווע
Getty Images
בײַם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד אין מאָסקווע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

יעדעס מאָל הערט מען, אַז די גענעטיקער האָבן אַנטפּלעקט אַ גען, וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר עפּעס אַ קרענק צי נאָך עפּעס אַזוינס אין דעם מענטשנס גוף און פּסיכיק. אַ מאָל וועט מען אפֿשר אָנטאַפּן דעם גען, וואָס אַנטוויקלט נאָסטאַלגישע געפֿילן. איך ווייס, אָבער, אַז בײַ מיר וועט זיך אַזאַ געפֿיל בשום־אופֿן ניט אויסזוכן. עס ציט מיך ניט צו פֿאָרן קיין אוקראַיִנע, וווּ איך בין געבוירן און אויסגעוואַקסן געוואָרן; צי קיין רוסלאַנד, וווּ איך האָבן אָפּגעלעבט אַ היפּש ביסל יאָרן. בדרך־כּלל זאָג איך זיך ניט אָפּ פֿון פֿאָרן אַהין, לשמל, אויף אַ קאָנפֿערענץ, אָבער עס זײַנען דאָ אַ סך ערטער, וווּהין איך פֿאָר מיט אַ גרעסערן חשק.

צוריק גערעדט, קען איך מענטשן, בײַ וועלכע עס זײַנען שטאַרק אַנטוויקלט די נאָסטאַלגישע געפֿילן. אמת, זיי האָבן בדרך־כּלל נאָענטע קרובֿים, וואָס וווינען דאָרטן, און עס ציט זיי, אַ פּנים, ניט אַזוי צו דער לאַנדשאַפֿט, ווי צו דער משפּחה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז גאַנץ אָפֿט דערקלערט עס זייער באַשלוס — צו בלײַבן אין דעם לאַנד צי עמיגרירן. דאָס איז געווען אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר, וואָס האָט אײַנגעהאַלטן טויזנטער ייִדן, ניט געלאָזט זיי אַוועקצופֿאָרן. גאָר ניט זעלטן וווינען זיי נאָך אַלץ אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע מקומות. אַ מאָל, אין דער יונגט, ווען „דאָס לעבן איז געווען צוקער־זיס‟, האָבן זיי באַשלאָסן צו בלײַבן אויפֿן אָרט, און איצט איז שוין שווער זיך ערגעץ רוקן.

ס’איז דאָ נאָך איין סיבה, וועלכע איז, מיר דאַכט זיך, אַפֿילו אַ שטאַרקערע, ווען עס קומט צו באַשליסן: צו פֿאָרן אָדער בלײַבן. דאָס איז דאָס גלויבן אין די אייגענע כּוחות. אַזאַ באַשלוס קומט גרינגער, ווען מע איז יונג. שפּעטער זעט אויס די עמיגראַציע אַלץ ערגער און ערגער. מיט אַ יאָר צוריק האָב איך זיך צערעדט מיט אַ רוסישער פֿרוי — זי איז געזעסן לעבן מיר אויפֿן וועג פֿון לאָנדאָן קיין מאָסקווע. זי האָט שוין לאַנג חתונה געהאַט מיט אַן ענגלענדער, אָבער איר טאָכטער, שוין אַ דערוואַקסענע, האָט מורא צו פֿאַרלאָזן איר אַרבעט אין רוסלאַנד און זיך איבערפּעקלען קיין ענגלאַנד. די ייִדן זײַנען, געוויינטלעך, בעסער צוגעפּאַסט צו נע־ונד, אָבער איך האָב באַגעגנט אַ סך שרעקעוודיקע ייִדן אויך. נאָך מער: איך קען אַזעלכע, וואָס האָבן אַ פּרוּוו געטאָן דעם טעם פֿון עמיגראַציע, און דערפֿילנדיק, אַז ער איז ביטער, זיך אומגעקערט צוריק היים.

אָבער צו מאָל ווערט אַזוי שלעכט אין דער אַלטער היים, אַז מע פֿאָרט סײַ־ווי אַרויס, אַפֿילו אויב פֿריִער האָט אַזאַ באַשלוס אויסגעזען ניט־פּראַקטיש און פּשוט ווילד. מע זעט עס בולט הײַנטיקע טעג אין רוסלאַנד. די מעדיאַ שרײַט וועגן אַ נײַער כוואַליע עמיגראַציע, וועלכע איז, לויט איר פֿאַרנעם, ענלעך אויף דער עמיגראַציע פֿון נאָך דער רעוואָלוציע. איך ווייס ניט, ווי אַזוי מע פֿירט דעם דאָזיקן חשבון, אָבער מע טענהט, אַז הײַיאָר האָבן יעדן חודש דורכשניטלעך פֿאַרלאָזט רויסלאַנד אַרום 20 טויזנט לײַט, כּדי זיך באַזעצן אין אויסלאַנד. באַזונדערס אַטראַקטיוו זײַנען די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און פֿינלאַנד. צווישן די שטעט איז זייער פּאָפּולער לאָנדאָן (אָבער עס הייסט ניט, אַז מע פֿאָרט טאַקע אַהין), דערנאָך — ניו־יאָרק, פּאַריז, בערלין און (איך ווייס ניט פֿאַר וואָס) באַרצעלאָנע.

ס’איז שווער צו זאָגן, וויפֿל ייִדן געפֿינען זיך אין אָט דער כוואַליע. קיין ייִדישע איז זי, בלי־ספֿק, ניט. די ייִדן, וואָס פֿאָרן איצט אַוועק, טוען עס (אַפֿילו אויב זיי פֿאָרן קיין ישׁראל) צוליב די זעלבע אַלגעמיין-רוסישע סיבות: מע פֿילט, אַז פּוטינס רעזשים האָט אַרײַנגעטריבן דאָס לאַנד אין אַ טעמפּן ווינקל, און דער מצבֿ ווערט אַלץ ערגער — אי עקאָנאָמיש, אי אידעאָלאָגיש. די איצטיקע עמיגראַציע איז ניט קיין עטנישע, נאָר אַ סאָציאַלע. עס פֿאָרן אַוועק, קודם־כּל, מענטשן מיט געלט, בילדונג, דערפֿאַרונג. דאָס הייסט, די וואָס קענען זיך דערלויבן אַזאַ „לוקסוס‟. צו מאָל פֿאָרן אַרויס גאַנצע פֿירמעס, בפֿרט די וואָס האָבן שוין אָדער האָפֿן צו געפֿינען אַ מאַרק אין אויסלאַנד. 

בײַ הונדערטער טויזנטער רוסישע בירגער איז דאָ אַ הויז צי אַ דירה אין אייראָפּע, ווי אויך אויף אַנדערע קאָנטינענטן. לשמל, אין בולגאַריע האָבן עס 350 טויזנט רוסישע בירגער, אין דײַטשלאַנד און מאָנטענעגראָ — צו 60 טויזנט אין יעדן לאַנד; אין גרויס־בריטאַניע — 30 טויזנט. ניט לאַנג צוריק האָט מען מיר אין מאַיאַמי־ביטש געוויזן גרויסע דירות־הײַזער, וווּ קיין לאָמפּ האָט ניט געברענט. מע האָט מיר דערקלערט, אַז אַלע דירות האָבן רוסישע באַלעבאַטים, וועלכע האָבן עס געקויפֿט „אויף מאַלע וואָס‟.

אין דער דאָזיקער געגנט זײַנען אַפֿילו די אויפֿשריפֿטן אויף דער פּלאַזשע צוויי־שפּראַכיקע, ענגליש און רוסיש. רוסיש, ווי אַ מאָל ייִדיש, איז געוואָרן די שפּראַך פֿון נע־ונד. אין ציפּערן און מאָנטענעגראָ קען אַ קינד גיין אין אַ פֿולער רוסישער שול. אין לעטלאַנד וואַקסט די צאָל תּושבֿים, וואָס זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד. לענדער האַנדלען מיט זייערע פּעסער, אַזוי אַז אַ מענטש מיט געלט קען זיך אויסקלײַבן אַ בירגערשאַפֿט. 

קיין דעמאָגראַפֿישע קאַטאַסטראָפֿע לויערט ניט אויף רוסלאַנד. הונדערטער טויזנטער קומען אַהין פֿון אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע טעריטאָריעס; דער עיקר, פֿון מיטל־אַזיע און אוקראַיִנע. אָבער רוסלאַנד פֿאַרלירט אַקטיווע, טאַלאַנטירטע מענטשן, אין וועלכע דאָס לאַנד נייטיקט זיך איצט באַזונדערס שטאַרק. אַ סבֿרא, אַז אַזוי וועט עס גיין נאָך לאַנג, סײַדן דער רעזשים וועט אָפּשטעלן די עמיגראַציע בגוואַלד, דורך פֿאַרמאַכן די גרענעצן. דערווײַל זעט מען ניט, אַז פּוטין און זײַנע צוהעלפֿער זאָלן עס טאָן. 

פּאַראַדאָקסאַל, אַז עס ווערן אַלץ שטאַרקער די אַנטי־אַמעריקאַנער און בכלל אַנטי־מערבֿדיקע שטימונגען צווישן דער רוסישער באַפֿעלקערונג. ווען מע קוקט די רוסישע טעלעוויזיע, זעט אויס די מערבֿדיקע וועלט זייער מיאוס און ממש געפֿערלעך. ווי עס זאָל ניט זײַן, גלייבן אין די דאָזיקע באָבע־מעשׂיות בלויז די וואָס בלײַבן, ווײַל די וואָס פֿאָרן אַוועק, קוקן ניט יענע פּראָגראַמען.