דוד קאַץ קעגן דעם ייִוואָ

Dovid Katz vs. YIVO

דוד קאַץ
דוד קאַץ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 19, 2014, issue of January 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ חוץ ריין פֿילאָלאָגישע פּראָיעקטן, האָט דער אינסטיטוט זיך באַשעפֿטיקט מיט געשיכטע, סטאַטיסטיק און עקאָנאַמיע. כאַראַקטעריש, אַז דער אינסטיטוט האָט אַפֿילו ניט אַרויסגעלאָזט קיין ווערטערבוך פֿון ייִדיש.

דוד קאַץ האָט אַלטע חשבונות מיטן ייִוואָ. יאָרן לאַנג האָט ער געפֿירט אַ מלחמה קעגן דעם ייִוואָ־אויסלייג, פֿאַרטיידיקט דעם „שטומען אַלף‟. איצט האָט זײַן קאַמף באַקומען אַ פּאָליטישע באַפֿאַרבונג, דהײַנו: ווי אַזוי קען דער ייִוואָ האָבן מגע־ומשׂא מיט דער ליטווישער רעגירונג און, בכלל, מיט ליטווישע מלוכישע אינסטיטוציעס? און דאָס איז „לאָגיש‟, אויב די רעגירונג איז טאַקע פּראָ־נאַציסטיש.

דערבײַ וויל ניט דוד קאַץ פֿאַרשטיין, אַז דווקא רוסלאַנד, און ניט ליטע צי אוקראַיִנע, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטע, אמתע סכּנה פֿאַר אייראָפּע, פֿאַר דער גאָרער וועלט און פֿאַר דער אייגענער באַפֿעלקערונג. אַ סבֿרא, אַז קאַץ טראָגט זיך אַרום מיט אײַנגערעדטע מעשׂיות און סטערעאָטיפּן, וועלכע שפּיגלען ניט אָפּ דעם איצטיקן מצבֿ.

דאָס דערקלערט, בפֿרט, דעם פֿאַקט פֿון זײַן געוואַלדיקער איזאָלאַציע. זײַן „מלחמה‟ פֿירט ער פֿאַקטיש ווי אַן איינזאַמער וואָלף. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז כ’האָב געפֿילט רחמנות בײַם לייענען דעם אַרטיקל, וואָס קלינגט צו מאָל ווי אַ וויי־געשריי, און אפֿשר דערפֿאַר איז ער אַזוי ניט־לאָגיש און ניט־היסטאָריש. 

אַגבֿ, ווען מע לייענט איבער דעם „אַלגעמיינעם‟ אַרטיקל, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר קען ניט דעם ייִוואָ מוחל זײַל נאָך איין זאַך: דער אינסטיטוט געפֿינט זיך אין דעם לאַנד, וווּ דער פּרעזידענט איז באַראַק אָבאַמאַ. קאַץ באַשרײַבט די איצטיקע אַמעריקאַנער רעגירונג ווי אַ הייסער שטיצער פֿון די נעאָ־נאַציסטישע כּוחות אין ליטע. עס חידושט מיך, וואָס מע זעט ניט און מע הערט ניט דערווײַל כּ”צן אויף דעם טעלעוויזע־קאַנאַל „פֿאַקס‟.

אַזוי צי אַזוי, אָבער פֿאַר די פֿיר חדשים, וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט אין ייִוואָ, האָב איך ניט באַמערקט, מע זאָל דאָרטן זיך גרייטן צום איבערפּעקלען זיך, אַ שטייגער, קיין מאָסקווע. מע פֿירט אַ גרויסע אַרבעט און מע גרייט זיך אָפּמערקן דעם 90סטן יוביליי זינט די באַראַטונגען אין בערלין, פֿון וועלכע עס איז געבוירן געוואָרן דער דאָזיקער וויכטיקער ייִדישער אַקאַדעמישער צענטער.