דער טײַערער פּרײַז פֿון קרים

The High Price of Crimea

מאָסקווער אײַנוווינער כאַפּן אויס מציאות בײַ IKEA, מיטוואָך, דעם 17טן דעצעמבער
מאָסקווער אײַנוווינער כאַפּן אויס מציאות בײַ IKEA, מיטוואָך, דעם 17טן דעצעמבער

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 23, 2014, issue of January 23, 2015.

מע הערט ניט אויף צו רעדן און שרײַבן וועגן דעם ווי אַזוי וולאַדימיד פּוטין האָט אָנגענומען דעם פּלאַן פֿון אַנעקסירן קרים. קיין באמת פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע איז ניטאָ, אָבער עס צירקולירן אין דער מעדיאַ אַנאָנימע גבֿית־עדותן וועגן עפּעס אַ באַראַטונג, וואָס ער האָט דורכגעפֿירט סוף פֿעברואַר, און אַז בעת יענעם גורלדיקן צונויפֿקום האָט דער חשבון געוויזן די מעגלעכקייט אויסצוהאַלטן פּאָטענציעלע סאַנקציעס מצד אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. אויף אָט דעם חשבון האָט זיך כּלומרשט באַזירט דער באַשלוס אָפּצובײַסן פֿון אוקראַיִנע דעם קרימער האַלב־אינדזל און אפֿשר די דורם־מיזרחדיקע געגנטן אויך.

אַ סבֿרא אַז דער חשבון איז געווען אַ קרומער. מע האָט אפֿשר אין אים ניט אַרײַנגעלייגט דעם אמתן פֿאַרנעם פֿון די סאַנקציעס. געהאַלטן האָט מען, אַ פּנים, אַז די פֿאַראייניקטע אייראָפּע איז ניט אַזוי פֿעסט פֿאַראייניקט און אַז זי וועט עגאָיִסטיש זיך שרעקן צו פֿאַרפֿירן זיך ערנסט מיט רוסלאַנד, ווײַל פֿון מיזרח קומט קיין אייראָפּע גאַז און אין מאָקסווע און אַנדערע רוסישע שטעט האָט מען אַ גרויסן מאַרק פֿאַר אייראָפּעיִשע סחורות. אייראָפּע, אָבער, האָט זיך, מיט געוויסע שוועריקייטן, קאָנסאָלידירט און געשאַפֿן אַ פֿעסטן אַנטי־פּוטינישן פֿראָנט.

די חכמים אַרום פּוטינען האָבן אויך, אַ פּנים, ניט אַרײַנגענומען אין זייער חשבון דעם מצבֿ אויפֿן מאַרק פֿון נאַפֿט. ניט לאַנג צוריק האָט די רוסישע מעדיאַ ניט אויפֿגעהערט צו טענהן, אַז נאַפֿט קען בשום־אופֿן ניט ווערן אַ סך ביליקער, ווײַל דעמאָלט וועט קומען אַ סוף צו די עקאָנאָמיעס פֿון סאַודיע און אַנדערע הויפּט־פּראָדוצירער פֿון דעם „שוואַרצן גאָלד‟. און מע האָט זיך אויך אײַנגערעדט, אַז עס קומט פֿאָר, דער עיקר, אַ שפּיל, וואָס אַמעריקע פֿירט, כּדי אָפּשוואַכן רוסלאַנד.

אַמעריקע פֿירט טאַקע אַ סטראַטעגישע שפּיל, כאָטש זי איז נאָר טיילווײַז אַ פּאָליטישע. מערסטנטייל איז זי אַן עקאָנאָמישע. און דאָס איז אפֿשר איינע פֿון די גרעסטע דערגרייכונגען פֿון דער אָבאַמאַ־תּקופֿה: אַמעריקע איז, אין תּוך אַרײַן, ניט נאָר געוואָרן עקאָנאָמיש אומאָפּהענגיק, נאָר איז אַפֿילו גרייט צו עקספּאָרטירן ענערגיע־רערסורסן. רוסלאַנד איז פּשוט דורכגעשלאָפֿן די דאָזיקע טעכנאָלאָגישע רעוואָלוציע.

רוסלאַנד איז בכלל אַ סך געשעענישן דורכגעשלאָפֿן, צעטרענצלענדיק דערבײַ די ריזיקע געלטער, וועלכע עס האָבן זיך געגאָסן אַ דאַנק דעם עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז. קיין באמת ממשותדיקע דערגרייכונגען האָט מען אין אַנדערע געביטן פֿון דער עקאָנאָמיע ניט דערגרייכט. דאָס לאַנד איז פֿאַרבליבן ממש נאַרקאָמאַניש אָפּהענגיק פֿון דעם ענערגיע־עקספּאָרט. אַפֿילו אין די קאָמוניסטישע צײַטן איז דער מצבֿ אין דעם דאָזיקן זין געווען אַ בעסערער.

הײַנט איז די רוסישע עקאָנאָמיע נאָענט צו אַ צונויפֿבראָך. דער רובל שפּרינגט יעדן טאָג ווי אַ משוגענער, פֿאַרלירנדיק דערבײַ זײַן ווערט. עס הערשט אַ פּאַניק, ווײַל דער עולם פֿאַרשטייט ניט, וואָס די צוקונפֿט האָט פֿאַר זיי צוגעגרייט. די רעגירונג מאַכט אַן אָנשטעל, אַז אַלץ גייט מער אָדער ווייניקער ניט שלעכט, און האָדעוועט דעם המון אַ דעמאַגאָגישן אָפּטימיזם, מיט פּאַטריאָטישע לאָזונגען און, דער עיקר, מיט דער אידעע, אַז אַמעריקע וויל אָפּשוואַכן צי פּשוט אָקופּירן רוסלאַנד. מע הערט ניט אויף צו טענהן, און קודם־כּל טוט עס פּוטין אַליין, אַז די מדינה איז אַרומגערינגלט געוואָרן מיט שׂונאים, וועמענס ציל ס׳איז צו צעברעקלען צי אַפֿילו ליקווידירן רוסלאַנד.

עס זעט אויס, אַז דער גרעסטער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג גלייבט — דערווײַל לכל־הפּחות — אין די דאָזיקע באָבע־מעשׂיות. אָבער גלײַכצײַטיק פּרוּוון מענטשן צו ראַטעווען אָדער אויסנוצן דאָס געלט, וואָס מע האָט נאָך בײַ זיך. ווי אַ פּועל־יוצא צעכאַפּט מען אַלץ, וואָס עס לאָזט זיך (און האָט כּלומרשט עפּעס אַ זין) צו צעכאַפּן. למשל, אַ באַקאַנטע אונדזערע האָט אונדז דערציילט, אַז זי האָט די טעג געקויפֿט מתּנות פֿאַר איר טאָכטערס יוביליי, כאָטש דער דאָזיקע יוביליי וועט זיך מאַכן נאָר אין דרײַ יאָר אַרום. מע האָט שוין צעקויפֿט אַלע אויטאָס, וואָס זײַנען געווען אין די געשעפֿטן. פּאָליצעס פֿון די קראָמען, וואָס האַנדלען מיט עלעקטראָניק, זײַנען געבליבן פּוסט.

זייער טײַער צאָלט רוסלאַנד פֿאַר פּוטינס עקספּאַנסיאָניסטישער פּאָליטיק. דער מקח קען ווערן נאָך טײַערער, ווײַל אייראָפּע פֿירט אײַן נײַע סאַנקציעס, געצילט קעגן דער עקאָנאָמיע פֿון קרים. אַמעריקע האָט אַ נײַ געזעץ, וואָס דערלויבט דעם פּרעזידענט אײַנצופֿירן סאַנקציעס. דערצו מוז רוסלאַנד אַלץ מער געלט אַרײַנגיסן אין די געגנטן פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס עקסזיסטין די „אומאָפּהענגיקע‟ דאָנעצקער און לוגאַנסקער רעפּובליקן. אַ חוץ רוסלאַנד, וועט קיינער ניט האָדעווען איצט די פֿינף מיליאָן תּושבֿים פֿון די דאָזיקע רויִנירטע געגנטן.

קיין אויסוועג פֿון דער פּאַסטקע, אין וועלכער פּוטינס רעזשים האָט אַרײַנגעשלעפּט רוסלאַנד, זעט מען ניט. און דאָס איז געפֿערלעך. הלוואי זאָל עס אַלץ זיך פֿאַרענדיקן בשלום.