אַ שלימזלדיקער חורבן־דענקמאָל

An Ill-Fated Holocaust Memorial

ליבעסקינדס „ראָד פֿון געוויסן‟ אין איר אָריגינעלן אָרט, בײַם קאַנאַדער „מוזיי פֿון אימגראַציע‟ אין האַליפֿאַקס
Canadian Museum of Immigration at Pier 21
ליבעסקינדס „ראָד פֿון געוויסן‟ אין איר אָריגינעלן אָרט, בײַם קאַנאַדער „מוזיי פֿון אימגראַציע‟ אין האַליפֿאַקס

פֿון דזשאָש טאַפּער (ייִט״אַ)

Published December 28, 2014, issue of January 23, 2015.

דניאל ליבעסקינד, דער באַקאַנטער פּויליש־געבוירענער אַמעריקאַנער אַרכיטעקט, האָט אין יאַנואַר 2011 אויפֿגעדעקט אַ נײַעם דענקמאָל, וואָס הייסט „די ראָד פֿון געוויסן‟, לזכּרון דער דײַטשישער פּליטים־שיף „סיינט לויִס‟ אין האַליפֿאַקס, אַ פּאָרט־שטאָט אין מיזרח־קאַנאַדע. אין עטלעכע טעג אַרום האָט זיך אָבער פּלוצעם צעבראָכן דער רעדער־מעכאַניזם פֿונעם דענקמאָל.

די זעלבע מעשׂה איז געשען נאָך צוויי מאָל. אין יאַנואַר 2012 האָט מען אָפּגעשיקט דעם צעבראָכענעם מאָנומענט פֿונעם אימיגראַציע־מוזיי אין האַליפֿאַקס אויף אַ סקלאַד קיין טאָראָנטאָ, וווּ ער ליגט ביזן הײַנטיקן טאָג. בערני פֿאַרבער, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „קאַנאַדער ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט באַמערקט, אַז דער דענקמאָל, וואָס געהערט צו זײַן אָרגאַניזאַציע, איז דער ערשטער און דער איינציקער חורבן־מאָנומענט אינעם לאַנד, וואָס געפֿינט זיך נישט אויפֿן שטח פֿון אַ ייִדישער אינסטיטוציע. פֿאַרבער האָט געטענהט, אַז די געשיכטע מיטן צעבראָכענעם מעכאַניזם, וואָס ליגט שוין כּמעט דרײַ יאָר פֿאַרלאָזט אויף הפֿקר, איז „אַ פּאַטש אין פּנים דער שארית־הפּליטה‟.

937 פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד זענען אַנטלאָפֿן אינעם יאָר 1939 אויף דער שיף „סיינט־לויִס‟, וועלכע האָט געוואַנדערט אַרום דער וועלט במשך פֿון אַ חודש, זוכנדיק אַ מקום־מיקלט. קובע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע האָבן זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען די פּליטים. נאָך דער לאַנגער נסיעה איבער האַוואַנע, מיאַמי און, צום סוף, האַליפֿאַקס, האָט די שיף געמוזט זיך אומקערן קיין אייראָפּע. 254 פֿון די פּאַסאַזשירן זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

אויף די פֿיר צאָנרעדער פֿון ליבעסקינדס מעכאַניזם זענען אָנגעשריבן די ווערטער „אַנטיסעמיטיזם, קסענאָפֿאָביע, שׂינאה און ראַסיזם‟. ווען די רעדער דרייען זיך פּאַמעלעך, באַווײַזט זיך אויף דער קאָנסטרוקציע פּעריאָדיש אַ שוואַרץ־ווײַס בילד פֿון „סיינט לויִס‟. דער וועלט־באַרימטער אַרכיטעקט, וועלכער האָט פּראָיעקטירט דעם בערלינער ייִדישן מוזיי, האָט דערקלערט, אַז דער זיך־דרייענדיקער מעכאַניזם רעפּרעזענטירט דעם ביוראָקראַטישן אַפּאַראַט פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער קאַנאַדישער רעגירונג, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן די פּליטים אַ מקום־מיקלט. אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם דענקמאָל ווערט דערציילט וועגן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף.

פֿאַרבער האָט באַטאָנט, אַז נישט לאַנג צוריק האָט ער באַזוכט דעם סקלאַד און אויסגעפֿונען, אַז בערך מיט אַ יאָר צוריק האָט מען שוין פֿאַרראָכטן דעם מעכאַניזם. איצט אַרבעט ער, ווי עס דאַרף צו זײַן. מערי טשאַפּמאַן, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם מוזיי, וואָס שטייט אויפֿן פּירס נומער 21 אינעם האַליפֿאַקסער פּאָרט, און שמעון פֿאָגעל, וועלכער פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע CIJA („דער צענטער פֿאַר ישׂראלדיקע און ייִדישע ענינים‟), האָבן געזאָגט, אַז דער מעכאַניזם האָט זיך צעבראָכן צוליב דעם פֿײַכטן און בײַטעוודיקן קלימאַט פֿונעם ים־ברעג.

טשאַפּמאַן האָט צוגעגעבן, אַז הגם די קאָנסטרוקציע זעט אויס זייער שיין, קומט פֿון איר אַרויס אַ ריח פֿון אַ פֿאַרברענטן מאַטעריאַל, און עס צעברעכט זיך יעדעס מאָל, ווען מע שטעלט זי אײַן אינעם פּאָרט. אין יאַנואַר 2012 האָט ליבעסקינדס ווערק זיך אָבער צעבראָכן, ווײַל ס׳איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון די הענט פֿון די אַרבעטער, ווען זיי האָבן עס אַראָפּגעלאָדן פֿון אַ לאַסט־אויטאָ און זיך געקליבן צו ברענגען צוריק אינעם מוזיי.

דער שלימזלדיקער דענקמאָל איז געשאַפֿן געוואָרן אַ דאַנק דער קאַנאַדער רעגירונג, וועלכע האָט באַצאָלט 500,000 דאָלאַר פֿאַרן פּראָיעקט. טשאַפּמאַן האָט באַמערקט, אַז „משנה מקום — משנה מזל‟ קאָן זײַן אַ גוטע עצה. אַנשטאָט דעם פּאָרט, וואָלט מען געקאָנט אויסשטעלן די ראָד בײַם נײַעם קאַנאַדער „מוזיי פֿון מענטשנרעכט‟ אין וויניפּעג אָדער לעבן דעם נאַציאָנאַלן חורבן־מעמאָריאַל, וועלכן מע פּלאַנירט צו עפֿענען דעם קומענדיקן יאָר אין אָטאַווע — אויך אַ שאַפֿונג פֿון ליבעסקינד.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז הגם האַליפֿאַקס איז באַקאַנט ווי אַ מין קאַנאַדער עליס־אײַלענד, אַ וויכטיקער היסטאָרישער אימיגראַציע־צענטער, פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער געשיכטע פֿונעם לײַנער „סיינט־לויִס‟, באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער דאָזיקער שטאָט בלויז 1,500 נפֿשות. אַזוי צי אַזוי, ווערט דער דענקמאָל דערווײַל פֿאַרשטויבט אויפֿן סקלאַד, ווי פֿאַרבער האָט זיך אויסגעדריקט, ווײַל די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קאָנען נישט מסכּים זײַן וועגן דעם פּאַסיקן אָרט.