ברוך טאַרקאַטין באַקומט „פֿיכמאַן־פּרעמיע‟

Baruch Tercatin Receives Fichman Prize

ברוך טאַרקאַטין
ברוך טאַרקאַטין

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published December 31, 2014, issue of January 23, 2015.

דאָס הויז פֿון די בעסאַראַבער ייִדן אין ישׂראל, „בית יהודי בסרביה‟, האָט לעצטנס ווידער געעפֿנט די טירן פֿאַר די געוועזענע אײַנוווינער פֿון קעשענעוו, בעלץ, בענדער, טעלענעשט, אוריִעוו, סאָראָקע אַ אַנדערע שטעט און שטעטלעך פֿון דעם איצטיקן אומאָפּהענגיקן לאַנד — מאָלדאָווע. קיין פֿריילעכע מוזיק און געשמאַקע מאכלים אויף די געדעקטע טיש האָבן נישט אויסגעפֿעלט.

ווי עס פֿירט זיך פֿון יאָר צו יאָר, האָט די טרעפֿונג געעפֿנט ד״ר דני קאָרן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן, און דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון „בית־בעסאַראַביע‟, לעוו ווײַנבוים. לויט דער טראַדיציע, זײַנען, קודם־כּל, דערמאָנט געוואָרן די בעסאַראַבער ייִדן, אומגעקומען אינעם חורבן. צו דערציילן וועגן יענע שרעקלעכע צײַטן, איז ספּעציעל פֿאַרבעטן געוואָרן יוסף וואַסערמאַן, דער הויפּט־רבֿ פֿון דער קהילה, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון רומעניע; אין קעשענעווער ישיבֿה האָבן זיך פֿאַר דער מלחמה געלערנט זײַנע עלטערע ברידער. ער האָט געזאָגט קדיש נאָך אַלע ייִדן, אומגעבראַכט אויף די בעסאַראַבער וועגן און טראַנסניסטריע.

דני קאָרן האָט באַדאַנקט די אַקטיוויסטן פֿון די שטאָטישע אָפּטיילן פֿון דער דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿאַר זייער אַרבעט, און דערמאָנט, אַז מיט דער הילף פֿון „בית־בעסאַראַביע‟ און אַנדערע פֿאָנדן זײַנען דערשינען צוויי ביכער אויף ייִדיש — פֿון יעפֿים אײַזענבערג, אַ געוועזענער קעשענעווער, און ראָזאַליע קראָכמאַל און יעקבֿ קאָגאַן, געקומען קיין ישׂראל פֿון בעלץ (דעם ווידעאָ־אינטערוויו מיט ראָזאַליע קראָכמאַן קען מען זען אויף אונדזער ווידעאָ־קאַנאַל).

דערנאָך האָט באַקומען דאָס וואָרט גריגאָריע בוטוטשע, ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער מאָלדאָווע־אַמבאַסאַדע אין ישׂראל. ער האָט באַגריסט די פֿירערשאַפֿט פֿון „בית יהודי בסרביה‟ און אַלע געסט פֿאַר זייער וויכטיקן בײַטראָג אין דער מיטאַרבעט פֿון ביידע לענדער; ווי אויך פֿאַר די באַמיִונגען צו פֿאַרהיטן און אַנטוויקלען די מאָלדאַווישע קולטור און אירע טראַדיציעס אינעם ייִדישן לאַנד.

גריגאָריע בוטוטשע האָט באַטאָנט, אַז אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז, צווישן די וויכטיקסטע אויפֿטוען געווען דער באַשלוס פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום אָפּצושאַפֿן דעם וויזע־קאָנטראָל פֿאַר די בירגער פֿון מאָלדאָווע. נאָך איין אויפֿטו איז פֿאַרבונדן מיטן אונטערשרײַבן דעם צוגאָב־פּראָטאָקאָל, וואָס דערמעגלעכט צו אַקטיוויזירן דעם אַוויאַ־טראָנספּאָרט (מעגלעך, אַז איצט וועלן אָנשטאָט איין מאָנאָפּאָל־קאָמפּאַניע, וואָס דיקטירט אירע פּרײַזן, אויפֿקומען נאָך עטלעכע קאָנקורירנדיקע קאָמפּאַניעס). צום סוף, האָט בוטוטשע געוווּנטשן אַלעמען שלום און פֿרייד.

מיט אויפֿמערק איז אויסגעהערט געוואָרן דער אויפֿטריט פֿון ברוך טאַרקאַטין, אַ געבוירענער אין יאַס, רומעניע. ער האָט איבערגעלעבט דעם טרויעריק־באַוווּסטן יאַסער פּאָגראָם נאָך דעם, ווי די רומענישע פֿאַשיסטן זײַנען געקומען צו דער מאַכט. אַ רבֿס אַ זון, האָט ער זיך לאַנגע יאָרן אָפּגעגעבן מיטן פֿאָרשן דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום; אָנגעשריבן און אַרויסגעלאָזט אַ בוך וועגן די רביים פֿון בעסאַראַביע און רומעניע. פֿאַר זײַן וויסנשאַפֿטלעכער טעטיקייט האָט ברוך טאַרקאַטין באַקומען הײַיאָר די פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיע פֿון „בית־בעסאַראַביע‟ אויף יעקבֿ פֿיכמאַנס נאָמען.

און צום סוף, איינע פֿון מײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון דער יערלעכער טרעפֿונג. איך בין געזעסן בײַם טיש צוזאַמען מיטן ייִדישן שרײַבער לאַזאַר לובאַרסקי, וואָס כ‘האָב אים געקענט נאָר פֿון זײַנע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟. אַ געבוירענער אין בעלץ, אַ מלחמה־וועטעראַן, איז ער געווען צווישן די ערשטע קעמפֿער צו דערלויבן די ייִדן עולה צו זײַן קיין ישׂראל. ער איז אָפּגעזעסן פֿיר יאָר אין די סאָוועטישע טורמעס און לאַגערן. במשך פֿון דער טרעפֿונג האָט ער מיר דערציילט וועגן זײַן פֿאַרכאַפּנדיק לעבן, און דווקא אָט די באַקאַנשאַפֿט איז געווען די בעסטע צײַט, פֿאַרבראַכט צווישן מײַנע לאַנדסלײַט.