דאָס נײַע יאָר קומט אין ישׂראל

New Year's Day Comes to Israel


פֿון עמיל קאַלין

Published January 06, 2015, issue of January 23, 2015.

אַזוינס טרעפֿט זיך אין ישׂראל יעדעס מאָל, אַז דאָס נײַע קאַלענדאַר־יאָר בלײַבט שטיין בײַ דער שוועל. פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס דער גאַנצער ענין גייט זיי אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקן שניי. פֿאַראַן אויך אַזעלכע, וואָס פֿאַרקרימען דאָס פּנים: סטײַטש אַ נײַ יאָר? ראש-השנה איז נישט גענוג? ייִדן גייען פּראַווען די „סילוועסטער‟־חגא? „זיי שלעפּן ווידער אַרויס פֿון דעם נאַפֿטאַלין עפּעס אַן אַנטיסעמיטישן פּויפּסט, סילוועסטער, — שרײַען די קעגנער, — לופֿטערן אים אַדורך און סטראַשען די ייִדן.‟

צוריק געשמועסט, זענען די ייִדן און נישט-ייִדן, וואָס פּראַווען יאָ דעם טאָג, זענען אויך נישט פֿון איין טייג געקנאָטן. די ישׂראלים זענען יוצא דורך דעם, וואָס יונגע-לײַט באַפֿאַלן פּאַבן און נאַכט-קלובן; עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן, אַז ווען עס הייבט אָן טאָגן, דאַרף מען געוויסע פּאַרשוינען אויסקראַצן פֿון די טראָטואַרן, אָפּווישן דאָס פּנים פֿון ברעכעכץ, און זיי טראָגן אויף די הענט אַהיים. די איינציקע, וואָס פּראַווען ווי „עס דאַרף צו זײַן‟, זענען די „רוסישע‟. זיי פּראַווען זייער „נאַווי גאָד‟.

איך, אַ ייִד פֿון רומעניע, בין דווקא קיין מחותּן מיט פֿון „נאָווי גאָד‟. בײַ אונדז האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אַ שאָטן פֿון דעם „רעוועליאָן‟ — אַ מין רומעניש נײַ-יאָר: עס האָט געמיינט, אויסטרינקען אַ גלעזל שאַמפּאַניע, פֿאַרבײַסן מיט אַ שטיקל קוכן און זיך ווינטשן „אַ גוט יאָר‟.

אַזוי אַרום, האָב איך זיך געווענדט צו עדיק, אַ קאָלעגע בײַ דער אַרבעט, און געבעטן, ער זאָל מיר אויפֿקלערן, מיט וואָס עסט מען אים, דעם „נאָווי גאָד‟? האָט ער מיר גענומען צעקײַען די מעשׂה: „׳נאָווי גאַד׳, איז אַזאַ סאָוועטישער בירגערלעכער יום-טובֿ, דער איינציקער פֿריילעכער טאָג. די אַנדערע פֿײַערלעכע טעג זענען געווען פֿול מיט פּאַראַדן און דערמאָנסטראַציעס, כּדי אויפֿצוּווײַזן די ריזיקע דערגרייכונגען פֿון סאָציאַליזם, אָבער ׳נאָווי גאָד׳ איז געווען אַנדערש: מע האָט אײַנגעפּאַקט אַ נײַ-יאָר, ניטל און פּורים מיט איין קלאַפּ, אין איין טאָג.

„מע האָט געהאַט אַ בוים, אַ יאָלקע מיטן רויטן שטערן אויפֿן שפּיץ פֿון דער קרוין, שיין באַפּוצט מיט גלעזערנע שפּילעכלעך. מ‘האָט אויך געהאַט דעם ’זיידע פֿראָסט‘, וואָס האָט זיך אַרומגעקטראָגן אויבערן פֿאַרשנייטן ראַטן-פֿאַרבאַנד מיט אַ טאָרבע, פֿול מיט מתּנות פֿאַר קינדער. די מתּנות, וואָס ער האָט געבראַכט, האָבן די מאַמע-מאַמע באַהאַלטן אונטער דער יאָלקע. בײַ נאַכט האָט מען געפּראַוועט אַ סעודה, וואָס איז באַשטאַנען, איבערהויפּט, פֿון סאַלאַטן און פֿלייש און… אַ סך געטרונקען וואָדקע. ס‘האָט געטרונקען אַפֿילו אַ קראַנקער, וואָס דער דאָקטאָר האָט אים בפֿירוש פֿאַרווערט צו טרינקען, ווײַל ס’איז ’נאָווי דאָר‘.‟

עדיק, זעענדיק מײַן פֿרעגנדיקן בליק, האָט ער מיר ווײַטער דערקלערט:

„אַזוי פֿירט זיך בײַ די רוסן; נישטאָ קיין פֿרייד אָן אומגליקן. אַ פֿאַרברענגעניש אָן שאָדנס איז קיין פֿאַרברענגעניש נישט. נישט אַלע לעבן איבער דעם ’נאָווי גאָד‘‟.

בשעת עדיק האָט מיר דערציילט וועגן „נאָווי גאָד‟, האָט זיך יורי, אַן עלטערער אַרבעטער, צוגעשאַרט צו אונדז און געפֿרעגט מיט זײַן באַסאָווע שטימע:

„עדואַרד, גייסט נאָך נישט אַהיים? ס’איז דאָך ’נאָווי גאָד‘, מע דאַרף זיך גרייטן!‟

עדיק האָט אָפּגעענטפֿערט קורץ: „איך פּראַווע נישט קיין ’נאָווי גאָד‘‟

יוריס אויגן זענען גרעסער געוואָרן; אַזאַ ענטפֿער האָט ער, ווײַזט אויס, נישט דערוואַרט.

„וואָס הייסט, דו פּראַוועסט נישט ’נאָווי גאָד‘? דאָס נײַע יאָר איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו טרינקען מיט חבֿרים אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז מע קריכט אויף אַלע פֿיר, און אַזוי, קריכנדיק אויף אַלע פֿיר, נעמט מען אויף דאָס נײַע יאָר.‟

עדיק האָט נישט געביטן זײַן מיינונג; אים איז גענוג געווען, אַז די מומע מיטן בלינדן פֿעטער שטעלן אַ סינטעטישע יאָלקע, זעצן זיך צום טיש, עסן און קוקן די רוסישע טעלעוויזיע־קאַנאַלן די גאַנצע נאַכט. דער ענטפֿער איז יורין אויך נישט געפֿעלן געוואָרן, אָבער ער האָט נישט געהאַט קיין צײַט זיך אײַנצוטענהן מיטן אפּיקורס; ער האָט זיך געאײַלט נאָך אַרײַנצופֿאָרן אין „טיב-טעם‟־קראָם אָנצופֿילן זײַן אויטאָ־באַגאַזשניק מיט אַלע מינים פּראָדוקטן און משקה.

אַן אַנדער מיטאַרבעטער, מיכאַיִל האָט זיך אויסגעביטן מיט עטלעכע ווערטער אויף רוסיש מיט עדיקן — אַ קראַנץ ווינטשן לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר. דאָס קײַלעכדיקע פּנים האָט בײַ אים געשײַנט: „מאָרגן בין איך אויף וואַקאַציע‟, — האָט ער מיר געזאָגט.

„זעסט? — האָט עדיק באַמערקט, — נאָר רוסישע איבער די פֿערציקער נעמען זיך איבער מיטן ׳נאָווי גאָד׳. און ס‘איז טאַקע אַזוי. די ייִנגערע „רוסישע‟ זענען געבליבן זיצן צוגעקלעפּט צו די קאָמפּיוטער־עקראַנען.

אויפֿן וועג אַהיים איז מײַן אויטאָבוס קיין תּל-אָבֿיבֿ געבליבן שטעקן הינטער אַ משׂא-אויטאָ, וואָס איז שווער געקראָכן, אַ פֿאַרסאַפּעטער און איבערגעפֿולט מיט וואָדקע־פֿלעשלעך. אַן אַנדערער וואָלט געזען אין דעם סתּם אַ צופֿעליקייט, אָבער נישט איך. נאָך עדיקס שטיקל לעקציע האָב איך פֿאַרשטאַנען ווער וועלן זײַן די עיקרדיקע קונים.

צומאָרגנס, בײַ דער אַרבעט, האָב איך איבערגעציילט די רוסישע קאָלעגן מײַנע, צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלע האָבן איבערגעלעבט די בײַנאַכטיקע פֿאַרברענגעניש. דאַכט זיך אַלע זײַנען אויפֿן אָרט, חוץ מיכאַיִלן. ער פֿעלט אויס… עט, ער האָט דאָך גענומען אַ וואַקאַציע־טאָג. זאָל ער האָבן אַ פֿריילעכן „נאָווי גאָד!‟.