ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 14, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער צווייטער אויפֿטו איז אַ פֿאַרמעסט, דערקלערט פֿון „ספֿר‟, וואָס צעטיילט סובסידיעס פֿאַר יונגע געלערנטע דורכצופֿירן רײַזעס. מע קען אויסניצן אַזאַ סובסידיע, כּדי צו פֿאָרן אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ אָדער סעמינאַר פֿון ייִדישע לימודים, אָדער צו אַרבעטן אין אַן אַרכיוו אָדער ביבליאָטעק אין אויסלאַנד. אינעם פֿאַרמעסט קענען אָנטיילנעמען געלערנטע און אוניווערסיטעט־לערער ביז 45 יאָר.

רעפֿעראַטן: „די רוסן: יודאָפֿילן און שׂונאי־ישׂראל סוף 18טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט‟

דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי אָרגאַניזירט אַ ריי רעפֿעראַטן מיטן נאָמען, „די רוסן: יודאָפֿילן און שׂונאי־ישׂראל סוף 18טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט‟. עס ווערן באַטראַכט די פּאָזיציעס פֿון רוסישע אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער און זייער באַציִונג צו די ייִדן און זייער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור. דער לעקטאָר, ד״ר אַלכּסנדר לאָקשין, אַנאַליזירט אין דעם קאָנטעקסט די השקפֿות פֿון קאַראַמזין, גאָגאָל, דאָסטאָיעווסקי, גאָרקי, וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, פּעסטעל, אַקסאַקאָוו און אַנדערע. דער ערשטער רעפֿעראַט פֿון דעם ציקל איז געהאַלטן געוואָרן דעם 13טן יאַנואַר.

מאַרינאַ ראָשטשאַ: אַ נײַע כּשרע קראָם „כּשר גורמע‟

אין מאָסקווער געגנט „מאַרינאַ ראָשטשאַ‟ האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע כּשרע קראָם אונטערן נאָמען „כּשר גורמע‟. מאַרינאַ ראָשטשאַ רעכנט זיך פֿאַר אַ ייִדישער געגנט, דאָרטן געפֿינט זיך דאָס רובֿ אָרגאַניזאַציעס פֿון מאָסקווער חב”ד. ניט געקוקט אויף די סאַנקציעס, באַקומט די קראָם איר פּראָדוקציע ניט בלויז פֿון ישׂראל און די רוסישע צושטעלער, נאָר אויך פֿון כּשרע ליוועראַנטן פֿון אייראָפּע.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.