לעאָנאַ העלמסלי: אַ שטיצערין פֿון מדנית־ישׂראל

Leona Helmsley: A Posthumous Benefactor to Israel

לעאָנאַ העלמסלי
לעאָנאַ העלמסלי

פֿון נתן גוטמאַן

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿון איבער 5 ביליאָן דאָלאַר אַקטיוון (assets) אינעם פֿאָנד, האָט מען שוין אויסגעטיילט מער ווי אַ ביליאָן. לעאָנאַ העלמסלי האָט איבערגעגעבן איר גאַנץ פֿאַרמעגן דעם טראָסט, אַחוץ 12$ מיליאָן, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט איר הינטל „צרות‟ (אַ געריכט האָט שפּעטער געשניטן די סומע ביז 2 מיליאָן). אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די אָנפֿירער פֿונעם פֿאָנד אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן די אַקטיוון: האָטעלן, בנינים און אַפֿילו דעם „עמפּײַר־סטייט‟־בנין אין ניו־יאָרק — און די געלטער אַרײַנגעלייגט אינעם פֿאָנד. 

להיפּוך צום רובֿ מענטשן, וואָס באַשטימען פֿון פֿריִער שטרענגע תּקנות, ווי אַזוי מע זאָל צעטיילן דאָס געלט פֿון זייערע פֿאָנדן, האָט העלמסלי בכלל ניט באַשטימט, אויף וועלכע צוועקן מע זאָל אויסגעבן דאָס געלט. אָנצונעמען דעם באַשלוס, האָט זי איבערגעלאָזט די פֿיר נאמנים: פֿרענקעל, דזשאָן קאָדי, איר געוועזענער געשעפֿטס־פּאַרטנער, און צוויי פֿון אירע אייניקלעך, דוד און וואַלטער פּאַנזירער. 

דער פֿאָנד איז די 14טע גרעסטע פֿונדאַציע אין אַמעריקע, וואָס צעטיילט געלט, און ער פֿאָקוסירט זיך אויף דרײַ עיקרדיקע פֿעלדן: 60 פּראָצענט פֿונעם געלט, וואָס דער פֿאָנד טיילט צו יעדעס יאָר, העלפֿט צו פֿאָרשן די  „קראָונס‟־קרענק (Chron‘s Disease), דאָס היילן צוקערקרענק, געזונט־פּראָגראַמען אין די דאָרפֿישע קהילות און דער מעדיצינישער פֿאָרשונג בכלל. נאָך אַ פֿערטל — צו שטיצן די פּראָגראַמען פֿון דערציִען און העלפֿן אָרעמע קינדער; און דער רעשט שטיצט עקאָלאָגיע־פּראָגראַמען אין ניו־יאָרק און מדינת־ישׂראל, ווי אויך איבער דער וועלט.

פֿרענקעלס פּערזענלעכע לײַדנשאַפֿט צו מדינת־ישׂראל איז קיין מאָל ניט געווען קיין אינטערעס פֿון העמלסלי. דער ניו־יאָרקער אַדוואָקאַט געדענקט, ווי ער האָט גערעדט מיט זײַן קליענטקע וועגן דעם ייִדישן לאַנד און איר פֿאָרגעשלאָגן צו באַזוכן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, וואָס איז דאָרטן געבוירן געוואָרן. העלמסלי איז, אָבער, קיין מאָל ניט געווען אין דעם פֿאַראינטעריסירט. 

ס׳רובֿ פֿון די סובסידיעס פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס אין מדינת־ישׂראל שטיצט די מעדיצינישע און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג, ווי אויך געזונט־פּראָגראַמען. דער פֿאָנד אַרבעט לויטן פּרינציפּ, אַז ס׳איז בעסער צו געבן אַ פּאָר גרויסע סובסידיעס, איידער אַ סך קלענערע. דער פֿאָנד האָט, למשל, געגעבן דעם „טכניון‟ און דעם „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון ווייצמאַן‟ 15 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו אַנטוויקלען אַלטערנאַטיווע מיטלען צו שאַפֿן ענערגיע. נאָך 5 מיליאָן דאָלאַר האָט מען איבערגעגעבן דעם „רמב׳׳ם־שפּיטאָל‟ אין חיפֿה, כּדי צו בויען אַן אונטערערדישן נויטפֿאַל־זאַל (emergency room), מיט וועלכן מע קען זיך באַנוצן בשעת אַ מלחמה. דער פֿאָנד האָט אויך געגעבן אַ סך געלט פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס שטיצן פֿאַרוווּנדעטע וועטעראַנען פֿון צה״ל. 

„ס׳זענען דאָ אין ישׂראל אַזוי פֿיל גוטע אַקטיוויטעטן, אַז ס’איז צו מאָל נישט לײַכט אויסצוקלײַבן וועמען פֿריִער צו העלפֿן‟, האָט פֿרענקעל געזאָגט.