נײַער פֿילם וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער

New film about Isaac Bashevis Singer

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער”
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 16, 2015, issue of February 06, 2015.

שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ זאַך: מע ווײַזט אײַך אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן אַ שרײַבער, וואָס הייסט מענדל שפּיצנאָדל. איר האָט קיין מאָל פֿריִער ניט געהערט זײַן נאָמען. צי אפֿשר יאָ געהערט, אָבער קיין מאָל ניט געלייענט זײַנע ווערק; און וועגן זײַן ביאָגראַפֿיע ווייסט איר גאָרנישט אָדער כּמעט גאָרנישט.

ווײַזט מען אײַך אַ פֿילם, וואָס דערציילט זייער ווייניק וועגן מענדל שפּיצנאָדלס לעבן, און דערמאָנט פֿון מאָל צו מאָל עטלעכע ווערק זײַנע. די טעמע איז גאָר אַן אַנדערע, דהײַנו: דער דאָזיקער פּען־מענטש איז געווען אַ חתונה־געהאַטער — זײַן ווײַב איז צו אים אַוועק פֿון איר ערשטן מאַן, איבערגעלאָזט דאָרטן דרײַ קינדער, אָבער ער איז סײַ־ווי־סײַ פֿאַרבליבן אַ שרעקלעכער חמור־אייזל. זײַן חלום איז געווען צו זײַן אַרומגערינגלט מיט פֿרויען, צו האָבן אַ מין האַרעם.

מיט אייניקע פֿרויען פֿון זײַן אַנטוראַזש האָבן די רעזשיסאָרן זיך געטראָפֿן. איינע פֿון זיי איז אין משך פֿון יאָרצענדליקער געווען זײַן קאָכאַנקע. די אַנדערע טענהן, אַז גראָד מיט זיי איז ער ניט געשלאָפֿן, כאָטש מיט אַלע אַנדערע האָט זיך עס אים בדרך־כּלל אײַנגעגעבן צו טאָן. אַ פֿרוי, וואָס איז שוין ווײַט ניט קיין יונגע, דערציילט, ווי דער שרײַבער, צו יענער צײַט אַ שוואַכער זקן, האָט בעת דער סאַמע ערשטער באַגעגעניש מיט איר, דעמאָלט אַ יונג מיידל, גלײַך געזאָגט, אַז ער קען זיך פֿאָרשטעלן, ווי זי צעפֿירט די פֿיס, און געבעטן זי זאָל זיך מיט אים טיילן מיט אירע פּאָרנאָגראַפֿישע פֿאַנטאַזיעס. און אַזוי ווײַטער.

ווי איר פֿאַרשטייט, קען מען אַזאַ פֿילם קוקן; ער קיצלט, אַזוי צו זאָגן. ס’איז פּראָפֿעסיאָנעל גוט צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן. די פֿרויען זײַנען אַלע גוטע דערציילערינס, אמתע חרוצות. און עס באַווײַזן זיך אויך דעם שרײַבערס קרובֿים, אויך — אַלע פֿרויען. און די איינציקע געלערנטע, וואָס האָט באַקומען די מעגלעכקייט צו זאָגן עפּעס, איז אויך אַ פֿרוי. הקיצור, ס’איז אַ קינאָ־געשיכטע ניט אַזוי וועגן דעם שרײַבער, ווי וועגן אַ מין סולטאַן און זײַנע קעפּסווײַבער און אַנדערע פֿרויען, וועלכע האָבן אָדער באַשלאָסן ניט צו שפּרינגען אין זײַן בעט, אָדער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות האָבן אַזאַ פֿאַרבעטונג ניט באַקומען.

איצט איז געקומען די צײַט צו זאָגן, אַז די רייד גייט ניט וועגן עפּעס אַ מענדל שפּיצנאָדל, וועמען איך האָב אויסגעטראַכט, נאָר דווקא וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער. דער פֿילם, געמאַכט דורך צוויי ישׂראלדיקע רעזשיסאָרן, אסף גלאי און שאול בעצער, הייסט, „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער‟. ער האָט דעם 14טן יאַנואַר געעפֿנט דעם 24סטן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק.

פֿאַר וואָס האָב איך צוגעטראַכט דעם מענדל שפּיצנאָדל? ווײַל דער נאָמען באַשעוויס־זינגער זאָגט גאָרנישט דעם גרעסטן טייל יונגע ייִדן אין אַמעריקע. איך ווייס עס, ווײַל איך לערן זיי אין אוניווערסיטעט, און אין די לעצטע יאָרן באַגעגן איך כּמעט ניט אַזעלכע סטודענטן, וואָס האָבן צו דער צײַט פֿון קומען אין מײַנע קלאַסן געהערט דעם דאָזיקן נאָמען. איך רעד שוין ניט וועגן לייענען באַשעוויס־זינגערס ווערק. פֿאַר זיי איז ער דאָס זעלבע ווי אַ מענדל שפּיצנאָדל, צי טראַכט אויס אַן אַנדער נאָמען, וואָס געפֿעלט אײַך בעסער.

טאָ פֿאַר וועמען האָבן די ישׁראלדיקע רעזשיסאָרן געמאַכט דעם פֿילם זייערן? אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע האָב איך בולט געזען אין דעם לינקאָלן־צענטער, וווּ מע האָט עס געוויזן. איך בין (ליידער) גאָר ניט קיין יונגער בחור, אין געציילטע יאָרן וועל איך דערגרייכן דעם פּענסיע־עלטער. אָבער צווישן דעם עולם, וואָס איז געקומען צו זען דעם פֿילם, האָב איך זיך געפֿילט גאַנץ יונג. וואָס שייך די באמת יונגע לײַט, איז זייער צאָל אין דעם פֿול־געפּאַקטן זאַל געווען ווייניקער פֿון אַ צענדליק, און דרײַ פֿון זיי קען איך — זיי שרײַבן דאָקטאָר־דיסערטאַציעס. דאָס איז געווען דער ריכטיקער עולם, צוגעגרייט צו זען אַ פֿוסנאָטע צו באַשעוויס־זינגערס סאַגע.

קיין „סתּם יונגע‟ זײַנען אין זאַל ניט געווען. און ס’איז אַפֿילו גוט, וואָס זיי זײַנען ניט געקומען; ווײַל קליגער וואָלט זיי דער פֿילם ניט געמאַכט. ער איז דאָך קאָנסטרויִרט אין אַ זשאַנער פֿון אָנהייבן די מעשׂה ניט פֿונעם קאַפּיטל נומער איינס, נאָר פֿונעם זײַטל 316. אמת, די יונגע לײַט קענען פֿאַרגעדענקען, אַז דער מענטש, וואָס האָט געהייסן באַשעוויס־זינגער, איז (דער פֿילם דערקלערט ניט פֿאַקטיש צוליב וואָס) געוואָרן אַ נאָבעל־לאַורעאַט, און איז געווען אַ גוואַלדיקער מײַסטער פֿון ציניש מאַניפּולירן מיט צענדליקער יונגע פֿרויען, וועלכע האָבן אים געהאָלפֿן צו באַפֿרידיקן זײַנע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס און, בעת־מעשׂה, איבערצוניצעווען זײַנע ווערק, קודם־כּל, אויף ענגליש. און די איבערזעצונגען האָבן באַפֿרידיקט נאָך איין באַגער, וואָס ער האָט געהאַט: צו ווערן באַרימט.

הקיצור, ס’איז אַ שאָד, וואָס די קינאָ־דאָקומענטאַליסטן האָבן געשאַפֿן אַ ווערק, וואָס איז אייבערפֿלעכלעך, סענסאַציאָנעל און, אין אַ גרויסער מאָס, פֿאַרפֿירעריש. אמת, אַ פֿאָרשער צי סתּם אַ קענער פֿון באַשעוויס־זינגערס לעבן קען אפֿשר אין דעם געמיש פֿון שוין גוט באַקאַנטע זאַכן און סתּם מיסט געפֿינען עפּעס ניצלעכס פֿאַר זיי. אפֿשר האָב איך אויך דערווײַל ניט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון די 72 מינוט — אַזוי לאַנג געדויערט דער פֿילם — איז ערגעץ אין מײַן מוח פֿאַרבליבן אַן אַנעקדאָטל, וועלכן איך וועל אַ מאָל דערציילן אין קלאַס. אָבער איך בין זיכער, אַז דעם פֿילם, „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן‟, וועל איך מײַנע סטודענטן בשום־אופֿן ניט ווײַזן.