טויזנטער ייִדן פֿאָרן אַוועק פֿון אוקראַיִנע

Thousands of Jews leave Ukraine

נײַע עולים פֿון אוקראַיִנע קומען אָן אין ישׂראל, דעם 22סטן דעצעמבער 2014
Getty Images
נײַע עולים פֿון אוקראַיִנע קומען אָן אין ישׂראל, דעם 22סטן דעצעמבער 2014

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 21, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער אין בײַניסטריע, אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע שיסט מען כאָטש ניט, און דאָס איז שוין אַ געוואַלדיקע מעלה. אין דאָנעצק און אַרום דאָנעצק גייען אָן שווערע שלאַכטן, מיט טאַנקען און אַרטילעריע, צווישן די סעפּאַראַטיסטן און זייער רוסישע שטיצער פֿון איין זײַט, און דער אוקראַיִנישער מיליטער, פֿון דער צווייטע זײַט. און בעת־מעשׂה פֿאַרטשעפּעט די מלחמה, און הרגעט אויך, סתּם תּושבֿים, וואָס האָבן צוליב כּלערליי סיבות ניט פֿאַרלאָזט די דאָזיקע זאָנע פֿון אָפּקומעניש און טויט.

צווישן די פֿאַרבליבענע תּושבֿים זײַנען דאָ אויך ייִדן. מע טענהט, אַז פֿון די בערך 10 טויזנט ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין דאָנעצק מיט אַ יאָר צוריק, זײַנען הײַנט אין דער שטאָט פֿאַרבליבן אַרום אַ טויזנט. עפּעס אַ סטאַטיסטיק, אויף וועלכער ס‘איז שווער זיך צו פֿאַרלאָזן, ברענגט מען אויך אין שײַכות מיט די פֿאַרבליבענע ייִדן אין לוגאַנסק און אַנדערע שטעט.

ווי אומעטום אין יענע (און ניט נאָר יענע) מקומות, זײַנען באַזונדערס אַקטיוו די ליובאַוויטשער. אָבער מיט אַ פֿינף חדשים צוריק, ווען ס’איז שוין געוואָרן גאָר געפֿערלעך צו בלײַבן דאָרטן, איז דער דאָנעצקער רבֿ פּנחס ווישעדסקי אַרויסגעפֿאָרן פֿון דער שטאָט, וווּ ער האָט געוווינט זינט 1993. הגם ער טראָגט נאָך אַלץ דעם טיטל פֿון דעם הויפּט־רבֿ פֿון יענער געגנט, באַזירט ער זיך הײַנט אין קיִעוו. אָבער עפּעס אַ קהילה־טעטיקייט ווערט פֿון דעסטוועגן געפֿירט אין דאָנעצק גופֿא. איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ באַריכט, וואָס זאָגט, אַז אַ פּאָר הונדערט לײַט האָדעווען זיך יעדן טאָג אין דער גאָרקיך פֿון דער קהילה; מ‘האָט זיך אויך צונויפֿגעקליבן אויף חנוכּה. אַ סבֿרא, עס זײַנען, דער עיקר, געבליבן עלטערע לײַט, אָבער יונגע פּנימער זעט מען אויף די פֿאָטאָס אויך.

און ווען מע זעט זיי, די עלטערע און די יונגע, ווילט זיך פֿרעגט זיי: „וואָס טוט איר דאָרטן? איר זײַן דאָך מזלדיקער פֿון אײַערע שכנים. מע וועט אײַך דאָך אויפֿנעמען אין ישׂראל…‟ אַ סבֿרא, אַז אַ סך פֿון זיי האַלטן זיך פֿאַר זייערע נעבעכדיקע דירות — דאָס איינציקע האָב־און־גוטס, וואָס זיי פֿאַרמאָגן. צי דאַרף מען זיך אויסטראַכטן אַנדערע תּירוצים, צו בלײַבן אין דעם גיהנום?

בינו־לבינו, פֿאַרלאָזן די ייִדן פֿון אוקראַיִנע זייער לאַנד. אין יאָר 2014 זײַנען 5,840 אָנגעקומען קיין ישׂראל. מיט אַ יאָר פֿריִער איז די צאָל עולים פֿון אוקראַיִנע געווען 2,020. מיר ווייסן ניט, וויפֿל אוקראַיִנישע ייִדן האָבן זיך אין דער זעלבער צײַט באַזעצט אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. ס’איז אויך ניט קלאָר, וויפֿל ייִדן זײַנען נאָך בכלל פֿאַרבליבן אין לאַנד. ייִדן זעט מען צווישן די רײַכע און צווישן די פּאָליטיקער. אָפֿט מאָל זײַנען דאָס מענטשן, וואָס געהערן צו ביידע קאַטעגאָריעס — אי רײַך, אי פּאָליטיש אַקטיוו. מיט אַ צײַט צוריק איז אין קיִעוו געווען אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון זעקס ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און אויף דער אַסיפֿה זײַנען געקומען אַזש 250 לײַט. מע האָט הייס אָפּגעדברט אין משך פֿון אַ פּאָר טעג. ווי מע זאָגט: די שטוב ברענט, און דער זייגער גייט.