ווען וועט קומען די ישועה?

When Will We Finally See Our Redemption?

Max Gershman

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 22, 2015, issue of February 06, 2015.

איך גיי זיך דאָ טיילן מיט אײַך מיט אַ געדאַנק, וואָס איז מיך באַפֿאַלן די טעג און האָף, אַז מען וועט מיך נישט קעפּן, נישט פֿאַרשטיינערן אָדער אַרײַנלייגן אין חרם. איר ווייסט דאָך, אַז מ׳טאָר זיך נישט צורירן צו די דרײַ וועלט־רעליגיעס, שוין אָפּגערעדט פֿון דער אייגענער — ס׳איז אסור. די קאַרטוניסטן אין פּאַריז האָבן דערפֿאַר טײַער באַצאָלט מיטן לעבן, און צוליב וואָס? צוליב אויסדריקן אַן אייגענעם געדאַנק לגבי אַלע הייליקייטן, אַלע געטלעכקייטן, אַלע גלויבנס; אַ סימן, אַז מ׳מוז גיין ממש אויף אייער־שאָלעכץ, ווײַל מיר רעדן דאָ פֿון אָנרירן די הייליקייטן פֿון די דרײַ גלויבנס, וואָס די מענטשהייט ציט פֿון זיי איר הייליקע יניקה.

האָט מען זיך אײַנגעטיילט אויף דרײַ הויפּט־אמונות, כאָטש עס געפֿינען זיך אויף דער וועלט הונדערטער געטער און געטשקעס אין אינדיע, אין אַפֿריקע, אין אַזיע און אין ווײַטע מקומות, וועלכע זײַנען אונדז פֿרעמד. ווי עס זעט אויס, לעבן זיי זיך אויס אין פֿריידן אָדער אין לײדן. נישט געקוקט אויף די אַלע גליקן, גיי פֿאַרגלײַך די דרײַ מעכטיקע הויפּט־רעליגיעס, ווײַל זיי אַלע האָבן אַ סך געמיינזאַמס. זיי אַלע האָבן געשעפּט פֿון אונדזערע געטלעכע קוואַלן; זאָל זיי ווויל באַקומען, ווען זיי צעקאַליעטשען עס נישט.

ווען די וועלט וואָלט זיך געהאַלטן בײַ די צען געבאָט, וואָלט עס געסטײַעט פֿאַר אונדז אַלעמען אויף אייביק. איך דערמאָן זיך אינעם מאָנומענטאַלן ווערק פֿון חיים גראַדע און זײַן „וויכּוח מיט הערש ראַסײַנער‟, וווּ דער פֿרומער הערש ראַסײַנער, אַ געראַטעוועטער פֿון היטלערס שעכט־הויז, טענהט:

„אַוודאי גלייב איך, מ׳קען דאָך אָנטאַפּן די השגחה פּרטית [פּערזענלעכע גאָטהייט וואָס האַלט אַן אויג אויף יעדן מענטש באַזונדער], איר שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ מאמין וואָס גלייבט, אַז דער אייבערשטער געפֿינט זיך נאָר דאָרט, וווּ עס זײַנען דאָ וועלדער מיט פּאָמעראַנצן און וווּ ער (ג אָט) געפֿינט זיך נישט, חס־ושלום, וווּ געפֿינט ער זיך נישט, דאָרט וווּ עס איז מידבר און וויסטעניש, איר ווייסט, דאָך וואָס עס שטייט: ’כּשם האָדם‘, דאָרט וווּ אַ מענטש דאַרף מאַכן אַ ברכה אויף גוטס, אַזוי דאַרף ער אויך מאַכן אַ ברכה אויף שלעכטס!…‟

נאָכן איבערלייענען דעם פּרק, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ ווילדער געדאַנק, גאָט האָט דאָך אונדז באַשאַפֿן אין זײַן געשטאַלט. פֿאַרשטיי איך נישט, אויב שוין יאָ אין זײַן געשטאַלט, פֿון וואַנען קומט צום מענטש די רציחה, די קינאה, די שׂינאה, צו גנבֿות, גזירות, מיט איין וואָרט, די אוממענטשלעכקייט, צי לאָמיר זאָגן, די אומגעטלעכקייט?..

קען געמאָלט זײַן, אַז מיר זײַנען אַ טייל פֿון זײַן געשטאַלט, כאָטש מ׳גלייבט אין זײַן שלימות, זײַן פּערפֿעקציע? איז ער אויך אַ טייל פֿון דער רציחה וואָס איז אַריבער פֿון אים צו אונדז? און ווער האָט באַשאַפֿן דעם טײַוול מיטן מלאך־המוות, אויב נישט ער? איז נישט קיין וווּנדער, וואָס די וועלט גייט אויס אין בלוט.

דאָס וואָס די קריסטן האָבן איבערגענומען אונדזערע הייליקע שריפֿטן, געשלײַפֿט זייער נײַעם טעסטאַמענט דערויף, און באַשאַפֿן פֿאַר זיך אַ גאָטס זון, מיט אַ מאַמע אַ בתולה, וועלכע האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַט אַ מאַן יוסף, מיט דרײַ זין, איך פֿאַרגין זיי זייער קרעאַציע פֿון אַ געטלעך געשטאַלט, גאָטס זון, נאָר וואָס דען? לויט זיי קומט אויס, אַז מיר ייִדן האָבן אים געקרײציקט, בלויז אַזאַ באַשולדיקונג איז געווען גענוג אונדז צו פֿאַרטיליקן.

אָבער וואָס? זייער געטלעכער באַשאַף האָט פּראָקלאַמירט פֿרידן און ליבשאַפֿט, און אַלע זײַנע אָנהענגער שטרעבן צו זײַן שלימות, צו זײַן גוטסקייט און צו זײַן ליבשאַפֿט. איז פֿאַרוואָס זשע אַזאַ רציחה אין זײַן נאָמען? וועט איר מיר זאָגן, אַז ער איז געראָטן אין זײַן געטלעכן טאַטן?

די איסלאַמישע תּורה ווידער, פּראָקלאַמירט שלום ושלווה; איסלאַם אַליין מיינט שלום אָדער שלימות. אָבער אויפֿן זײַטל 440 אין קאָראַן, שורה 6:152 זאָגט אַללאַ: „דו זאָלסט נישט הרגענען, אַחוץ, ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ גערעכטער סיבה דערפֿאַר.‟

ווען ס׳קומט צו ייִדן טענהט דער קאָראַן:

„פֿאַראַן ייִדן וואָס פֿאַרדרייען דעם אינהאַלט פֿון ווערטער, און זאָגן צו דעם אַפּאָסטאָל: ’מיר הערן, אָבער מיר שטימען נישט אײַן דערמיט.‘ וואַרפֿט מען זיי צו אַ קללה: ’זאָלן זיי ווערן טויב און בלינד! ראַיִנאַ!‘‟

אויף העברעיִש מיינט עס, קוק אויף אונדז, אָבער אויף אַראַביש טײַטשט עס „אונדזער רשע!‟ מ’מוז פֿון זיי פּטור ווערן, ווײַל זיי זײַנען פּראָצענטניקעס, זיי זײַנען כיטרע שווינדלער און ליגנער.

מיר האָבן זיך פֿאַרפּאַנצערט מיט הייליקע ביכער, מיט געווער און מיט שׂינאה צום שׂונא, ווער ער זאָל נישט זײַן, ווי די אַמאָליקע מידבר־וואַנדערנדיקע שבֿטים אויף קעמלען, צי דאָס זײַנען געווען מאָנגאָלן, קאָזאַקן, צי די קרײצטרעגער, צי היטלערס אויוונס… וויכטיק איז, אַז די וועלט האָט נישט קיין צײַט אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם, און האָפּ — די שפּיל חזרט זיך איבער אויף דאָס נײַ.

איך פּערזענלעך, ליבע פֿרײַנד, וואַרט אויף אַ באַזונדערער אוניווערסאַלער רעליגיע, וואָס זאָל מיך באַרויִקן, וואָס זאָל פּרעדיקן שלום ושלווה, רחמנות אויף יעדן איינעם וואָס איז אין סכּנה, אַ גלויבן, וואָס זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר מענטשלעכקייט, עטיק און מאָראַל.

זעט אויס, אַז דערווײַל האַלטן מיר נאָך נישט דערבײַ. מען מוז אָבער לייענען אונדזערע הייליקע ביכער אויף דאָס נײַ מיט פֿאַרשטענדעניש, מיט אַ בליק אויף צוריק, ווען עס האָט געדינט די פֿאַרצײַטיקע פֿעלקער. הײַנט לעבן מיר אין 21סטן יאָרהונדערט. לאָמיר אָנערקענען און געניסן פֿון אונדזערע פּאָעטישע ווערק ווי די „שיר־השירים‟, „קהלת‟ און „תּהילים‟; און צו רו לאָזן די שׂינאה, די הריגה, די קללות, דעם בלוטיקן האַס, און באַנוצן זיך דערמיט ווי אַ געשיכטע פֿון אַ פֿאָלק און איר פֿאַרגאַנגעהייט.

איר ווייסט דאָך ווי מ׳זאָגט בײַ אונדז ייִדן: „ווען גאָט וואָלט געלעבט אויף דער ערד, וואָלט מען אים אַלע שויבן צעהאַקט.‟