די פֿרויען זײַנען שולדיק

The Women are Guilty

חסידישע פֿרויען באַוווּנדערן די שיינע יווועליר־זאַכן
Getty Images
חסידישע פֿרויען באַוווּנדערן די שיינע יווועליר־זאַכן

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

דער לייענער ווייסט אַוודאי, אַז די פֿרויען זײַנען שולדיק אין אַלצדינג, נאָך פֿון אָדם הראשונס צײַטן. ווען ניט חוה מיטן עץ־הדעת, וואָלטן מיר הײַנט געלעבט אַ גוטן טאָג אין גן־עדן און זיך ניט געמאַטערט מיט דאגות־פּרנסה, טעראָריסטן, „עבאָלאַ‟ און נאָך אַזעלכע מענטשלעכע קרענק.

מען דאַרף אויך צורעכענען די פֿרוייִשע שולד פֿאַר די אַלע פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן, וואָס קינדער באַקומען פֿון זייערע מאַמעס, די לאַנגע יאָרן טעראַפּיע, וואָס מע דאַרף שפּעטער אַדורכמאַכן, און די גרויסע הוצאות פֿאַר דער מעדיצינישער און פּאָליציייִשער באַהאַנדלונג פֿון די דאָזיקע קרבנות פֿון דער מאַמעס ליבע. אָבער ביז אַהער האָט מען פֿאַרשוויגן אַ וויכטיקן פּונקט אין דעם באַשולדיקונגס־אַקט קעגן די פֿרויען: זייער שולד אינעם אונטערגאַנג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

ווי קומט עס, אַז די מאַמעס האָבן מיט די אייגענע הענט דערשטיקט זייער אייגן „מאַמע־לשון‟? פּראָסט און פּשוט: אַ ייִדישע מאַמע האָט אירע קינדער צו פֿיל ליב, זי צעבאַלעוועט זיי, זי גיט זיי נאָך דעם שמד. אַ ייִדישע מאַמע קען ניט זאָגן „ניין‟, די קינדער בעלה־בתּעווען איבער איר ווי קליינע דיקטאַטאָרן. פֿון דער דאָזיקער אומגלײַכער באַציִונג קומט אויס, אַז ווען די קינדער ענטפֿערן אויף דער לאַנדשפּראַך און ניט אויף ייִדיש, ווײַל ס’איז גרינגער אַזוי, גיבן די מאַמעס זיי נאָך. אַפֿילו ווען די מאַמעס רעדן ווײַטער אויף ייִדיש, פֿאָדערן זיי זעלטן, אַז די קינדער זאָלן ענטפֿערן אויף ייִדיש. אויף דעם אופֿן זײַנען צו ביסלעך מיליאָנען ייִדישע קינדער פֿאַרלוירן געגאַנגען פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, אַסימילירט געוואָרן, פֿאַרשוווּנדן ווי אין וואַסער אַרײַן.

אַפֿילו הײַנט אין דער חסידישער וועלט, איז אַ ייִדישע טאָכטער זעלטן אַן אשת־חיל אויפֿן שפּראַכפֿראָנט. מיט די חבֿרטעס רעדט זי מערסטנס ענגליש, און רעדנדיק ייִדיש מיט די מענער, מישט זי אַרײַן אַ ים מיט ענגלישע ווערטער. די דאָזיקע שוואַכקייט איז פֿאַרבונדן מיט די חסידישע מיידלשולן, וווּ מע לערנט מער קלאַסן אויף ענגליש, אָבער ס׳איז אויך אַ רעזולטאַט פֿון דער מיידלשער פּסיכאָלאָגיע — איר באַגער צו רעדן „פֿענסי‟ (געצאַצקעט) און זיך אויסצופֿײַנען פֿאַר אַנדערע. די פֿרויען פֿילן בחוש, אַז ייִדיש איז אַ לשון מיט ווייניק פּרעסטיזש, און זיי שעמען זיך צו רעדן עס. די מענער, ווידער, שעמען זיך ווייניקער בכלל; זיי גייען מיטן פּופּיק אין דרויסן, אומגעוואַשן, קראַצן זיך, און עס אַרט זיי ניט.

דער לייענער קען אפֿשר האָבן טענות צו מיר, אַז איך באַשולדיק די פֿרויען אויף אַזאַ אַלגעמיינעם אופֿן — און די מענער זײַנען גאָט די נשמה שולדיק. טאַקע גערעכט, אָבער די זינד פֿון די מענער זײַנען אַ סך מער און אַ סך ערגער, איז אוממעגלעך זיי צו באַהאַנדלען אין איין „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל. דערווײַל וויל איך נאָר געבן אַ פּאָר עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן דעם פֿרוייִשן מצבֿ, און וועגן די מענער וועל איך שרײַבן אַן אַנדערש מאָל.

שוין אין 1942 האָט מאַקס ווײַנרײַך געשריבן: „ווילנע איז געווען די איינציקע שטאָט אויף דער וועלט, וווּ מיידלעך מיט געפֿאַרבטע ליפּן האָבן גערעדט ייִדיש אויף אַ נאַטירלעכן שטייגער, צווישן זיך און מיט זייערע יונגע־לײַט, ניט נאָר מיט אַן אַלטער באָבען‟. דאָס הייסט, אַפֿילו אין די 1930ער יאָרן אין פּוילן איז געווען קלאָר, אַז ייִדישע מיידלעך ווילן ניט רעדן ייִדיש — און ספּעציעל אַזוינע מיידלעך, וואָס ווילן אויסזען שיין, וואָס ווילן מאַכן אַ רושם. ווי באַלד ייִדיש איז געווען פֿאַרבונדן מיט זייערע באָבעס, האָבן די מיידלעך ניט געוואָלט קיין שײַכות דערמיט — פּונקט ווי זיי האָבן, אָפֿטער ווי די ייִנגלעך, געניצט אַן אַנדער נאָמען, ווי די באָבע האָט געהאַט. דעריבער בײַטן זיך די פֿרוייִשע נעמען אַזוי גיך פֿון איין דור צום צווייטן — ניטאָ הײַנט קיין יענטעס, קיין גאָלדעס, קיין פֿייגעס — בשעת די מענערישע נעמען בלײַבן הונדערטער יאָרן סטאַביל.

איז וואָס טוט מען? מע דאַרף אָרגאַניזירן אַ פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע פֿאַר מיידלעך און זיי דערמוטיקן צו רעדן ייִדיש. ס’איז ניט בלויז אַ מאַמע־לשון, נאָר אויך אַ טאָכטער־לשון, אַ לשון פֿאַר מאָדערנע יונגע פֿרויען, וואָס האָבן אַ גוטן געשמאַק און ווילן זײַן אין דער מאָדע. מע דאַרף אַרויסגעבן מאָדע־ און קאָסמעטיק־זשורנאַלן אויף ייִדיש מיט בילדער פֿון שיינע מאָדעלקעס אָנגעטאָן אין טײַערע בלוזקעס און באַהאָנגען מיט גאָלד און זילבער. מע דאַרף שאַפֿן ייִדישע פּלאַקאַטן אַזעלכע, קאַלענדאַרן, אויפֿצוהענגען אויף דער וואַנט, ווידעאָס מיט פּראָפֿילן פֿון שיינע און פּראָפֿעסאָנעלע פֿרויען, וואָס טוען אויף גרויסע זאַכן, פֿאַרדינען אַ סך געלט, און מאַכן גוטע שידוכים. דאָס זעלבע קען מען טאָן פֿאַר די פֿרומע מיידלעך, נאָר מע דאַרף עס אַ ביסל צופּאַסן: אפֿשר פּשוט בילדער פֿון בלוזקעס און צירונג, אָן די מאָדעלקעס; אָדער ווידעאָ־אינטערוויוען מיט יונגע חב”ד־רביצינס, וואָס געוויינטלעך גייען זיי סײַ־ווי אָנגעטאָן ווי די בילדער פֿון אַ מאָדע־קאַטאַלאָג.

אונדזערע לינגוויסטן דאַרפֿן זיך נעמען צו דער אַרבעט צו שאַפֿן דעם מין ייִדיש, וואָס די מיידלעך וואָלטן גערעדט, ווען זיי וואָלטן גערעדט ייִדיש — אַזאַ רעגיסטער פֿון דער שפּראַך ווי די אַמעריקאַנער מיידלעך האָבן עס אויף ענגליש, מיט ווערטער ווי like און ya know און omg. איך קען נאָר איין וואָרט אַזאַ, וואָס איז אויפֿגעקומען מיט עטלעכע יאָרן צוריק אויף דער „ייִדיש־וואָך‟: „וואָסעווער‟, באַזירט אויפֿן ענגלישן whatever און אַרויסגערעדט מיט דער זעלביקער סאַרקאַסטישער מיידלשער אינטאָנאַציע. „יוגנטרוף‟ האָט אַפֿילו פֿאַרקויפֿט העמדער מיטן לאָזונג „וואָסעווער‟ — אפֿשר דער ערשטער טראָט אין דער קאַמפּאַניע, וואָס איך לייג איצט פֿאָר.

די דאָזיקע קאַמפּאַניע וואָלט זיך זייער גוט געפּאָרט מיטן פֿעמיניזם: פֿאַר וואָס זאָלן די פֿרויען קענען ייִדיש ערגער ווי די מענער? פֿאַר וואָס באַקומען די מיידלעך ווייניקער שעהען ייִדיש־דערציִונג? דאָס רעדן ייִדיש קען זײַן פּונקט אַזאַ אויסדרוק פֿונעם פֿרוייִשן שטאָלץ און גלײַכקייט ווי פּראַווען אַ בת־מיצווה, לייענען פֿון דער תּורה, אָדער קריגן דאָס זעלבע געהאַלט ווי די מענער. דער פֿעמיניסטישער זשורנאַל „לילית‟ וואָלט געדאַרפֿט אַרויסגעבן אַ ייִדישע אויסגאַבע, די פֿרויען־חבֿורות וואָלטן געדאַרפֿט אַרײַננעמען אַ פּאָר ייִדישע תּחינות צווישן די תּפֿילות, עס זאָל זײַן אַ ספּעציפֿישער פֿרוייִשער עלעמענט אין זייער דאַווענען.

צום באַדויערן, איז דער שרײַבער פֿון די שורות ניט קיין פּאַסיקער קאַנדידאַט אָנצופֿירן מיט דער דאָזיקער קאַמפּאַניע. פֿאַרקערט, וואָס מער אומגעלומפּערטע און ניט־מאָדישע מענער וועלן זיך אַרײַנמישן, אַלץ מער וועט די קאַמפּאַניע לײַדן דערפֿון און די מיידלעך וועלן ווערן ווײַטער אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדיש. מיר נייטיקן זיך אין עטלעכע כאַריזמאַטישע, שיינע יונגע פֿרויען, וואָס זײַנען גרייט צו פֿירן זייערע שוועסטער אויף אַ נײַעם וועג, אין אַ נײַער שפּראַך. די פֿראַגע איז נאָר: וווּ געפֿינט מען די דאָזיקע פֿירערינס פֿאַר אונדזער פֿאָלק?