אַ קוק פֿון דער זײַט אויף די מאָנטרעאָלער חסידים

An Outsider Among Montreal's Hasidim

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „מיירע און פֿעליקס‟
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „מיירע און פֿעליקס‟

פֿון מײַקל קאַמינער (ייִט״אַ)

Published January 29, 2015, issue of February 23, 2015.

ווען עס גייט אַ רייד וועגן קאַלטע אָדער פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן צוויי באַזונדערע באַפֿעלקערונג־גרופּעס אין קוועבעק, מיינט מען, געוויינטלעך, דעם ענגליש־ און פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן עולם. מאַקסים זשירוס פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟, מיט וועלכן עס האָט זיך געשלאָסן דער הײַיאָריקער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעסטיוואַל, דערציילט וועגן גאָר אַן אַנדער ענין: די חסידישע קהילה און די „היפּסטערס‟ אינעם מאָנטרעאָלער ראַיאָן מײַל־ענד, וואָס לעבן צוזאַמען אין דער זעלבער געגנט, אָבער בלײַבן אינגאַנצן אָפּגעזונדערט.

די ישׂראלדיקע אַקטריסע הדס ירון שפּילט די ראָלע פֿון דער חתונה־געהאַטער חסידישער פֿרוי מיירע, וואָס פֿאַרליבט זיך אינעם עלנטן סעקולערן ייִד, פֿעליקס (דער פֿראַנצויזישער אַקטיאָר מאַרטען דובריי). כּדי אויסצופֿירן די ראָלע, האָט ירון זיך אויסגעלערנט צו רעדן ייִדיש און פֿראַנצויזיש. פֿריִער האָט זי שוין געשפּילט אַ ראָלע פֿון אַ פֿרום מיידל אינעם ישׂראלדיקן פֿילם „למלא את החלל‟ („אויספֿילן די פּוסטקייט‟).

דער רעזשיסאָר האָט דערציילט דעם Forward, אַז כאָטש ער איז אַ טיפּישער נישט־ייִדישער קוועבעקער פֿראַנצויז, האָט ער געוווינט צווישן די מאָנטרעאָלער חסידים. ווען ער האָט איבערגעלייענט אַ צאָל ביכער וועגן חסידות, האָט ער דערזען, אַז ער פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די חסידישע קולטור. צו שאַפֿן דעם פֿילם האָט אים געהאָלפֿן די באַקאַנטשאַפֿט מיט די „אָפּגעפֿאָרענע‟ געוועזענע חסידים אין מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק. דערנאָך האָט ער זיך אויך באַקענט מיט אַ צאָל מיטגלידער פֿון דער חסידישער קהילה און געשמועסט מיט זיי וועגן פּערזענלעכע באַציִונגען, ליבע, פֿרומקייט און אַנדערע לעבן־ענינים.

זשירו האָט דערציילט, אַז ער האָט אויסגעקליבן אַזאַ טעמע צוליב זײַן נײַגער צו פֿאַרשטיין די חסידים. אַ סך מענטשן מיינען, אַז זיי זענען אַ מאָדנע נודנע חבֿרה, וואָס גייען אַרום אין לאַנגע שוואַרצע בגדים. למעשׂה, קאָן מען דווקא אין דער חסידישער וועלט געפֿינען אַזעלכע ווערטן, וואָס די מערבֿדיקע וועלטלעכע געזעלשאַפֿט האָט אָפּגעוואָרפֿן: פֿרומקייט, קהילה, משפּחה. אַדרבה, דער רעזשיסאָר האָט געוואָלט ווײַזן, אַז אַ סך אַספּעקטן פֿונעם פֿרומען לעבן זענען דווקא זייער שיין; למשל, גמילות־חסדים און שׂימחות.

הגם די באַציִונגען צווישן די חסידים און פֿראַנצויזן אין מאָנטרעאָל זענען נישט אַלעמאָל פֿויגלדיק, האָט זשירו איבערגעגעבן, אַז אַ סך קוועבעקער האָבן גאַנץ סימפּאַטיש אויפֿגענומען דעם פֿילם און געבעטן דעם רעזשיסאָר צו דערציילן מער וועגן דעם חסידישן לעבן. זשירו גלייבט, אַז די אַנטי־חסידישע שטימונגען צווישן די קוועבעקער זענען אַ רעזולטאַט פֿון מיספֿאַרשטייעניש.

די ראָלע פֿון מיירעס מאַן פֿירט אויס אלעזר טווערסקי, אַ געוועזענער סאַטמאַרער חסיד פֿון ברוקלין, וועלכער האָט געהאָלפֿן צוצוגרייטן דעם ייִדישן טעקסט און אויסגעלערנט ירון צו רעדן ווי אַ „היימיש‟ ווײַבל. פֿיר אַנדערע אַקטיאָרן זענען אויך דערצויגן געוואָרן אין חסידישע משפּחות.

אין אַ געוויסן זין, איז מאָנטרעאָל ווי אַ שטאָט אויך אַ וויכטיקער „פּערסאָנאַזש‟ פֿונעם פֿילם. די צוקוקער אין אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט פֿראַנקרײַך, האָבן באַקומען אַ געלעגנהייט צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿונעם קוועבעקישן לעבן. די קומענדיקע וואָך פֿאָרט זשירו קיין פּאַריז. נישט געקוקט אויף די אַנומלטיקע טראַגישע געשעענישן אין פֿראַנקרײַך, גלייבט ער, אַז ס׳איז דווקא אַ גוטע צײַט צו באַקענען די פֿראַנצויזן מיטן לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין זײַן פֿראַנצויזיש־ענגלישער שטאָט.