פֿאַר וואָס האָבן מײַנע באָבעס ניט ליב געהאַט איינע די אַנדערע?

Why Couldn‘t My Two Bubbies Love Each Other?

illustration by Lior Zaltzman

פֿון מאַרלאַ בראַון פֿויגלמאַן

Published February 01, 2015, issue of February 23, 2015.

מײַנע באָבעס, די באָבע ר, און די באָבע ג, האָבן געוווינט בשכנות במשך פֿון מײַן גאַנצער קינדהייט אין ווילמינגטאָן, דעלעווער. זיי האָבן דאָרט אויך געוווינט, ווען מײַנע עלטערן זענען געווען קינדער אין דער זעלביקער שטאָט. זיי זענען, אָבער, געווען אַזוי אַנדערש, ווי מע קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן: ווי טאָג און נאַכט, אייל און וואַסער, מילכיקע בלינצעס און פֿליישיקע קרעפּלעך. די באָבע ר, אַ פֿרוי, וואָס האָט געקאָכט לויט איר געשמאַק, האָט פֿאַרבראַכט אירע יונגע יאָרן אויף דער גרענעץ צווישן פּוילן און רוסלאַנד, וווּ זי האָט געשוירן שעפּסן, אויסגעמיטן פּאָגראָמען און געריטן אויף אַ פֿערד. איר ייִדישער אַקצענט איז געווען שטאַרק, ווי הינדל־שמאַלץ, און זי האָט יעדן איינעם גערופֿן „טײַערינקער‟.

די באָבע ג, וואָס האָט גענומען אירע רעצעפּטן פֿונעם „ליידיס האָום זשורנאַל‟ און די צײַטונגען, האָט געהאַט דאָס גוטע מזל זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע ווי אַ קינד. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין וויניפּעג, מאַניטאָבאַ, וווּ זי האָט זיך אויסגעלערנט לייענען און שרײַבן ענגליש, ייִדיש און העברעיִש. זי איז געוואָרן אַ שול־לערערין פֿון העברעיִש און האָט צוגעפֿעפֿערט אירע רייד מיט אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „פּעדאַגאָגיש גערעדט‟.

ווי אַ קינד, אָבער, וואָס האָט געהאַט באָבעס, וועלכע האָבן זיך געטיילט מיט איין הייפֿל (patio), און שטענדיק זיך געזאָרגט, איך זאָל, חלילה, ניט בלײַבן הונגעריק, — האָב איך ניט געכאַפּט, אַז די דאָזיקע צוויי פּרעזידענטן פֿון די „פּיאָנערישע פֿרויען‟, וואָס האָבן געטראָגן ענלעכע הויז־קליידער, האָבן געהאַט צווישן זיך פֿאַרשידענע וויכּוחים. איך האָב ליב געהאַט צו לויפֿן אַהין און צוריק צווישן זייערע ציגל־הײַזער, און געניסן פֿון זייערע האַלדזונגען, קושן און געבעקס.

איך האָב עס ניט געוווּסט ביז איין טאָג, ווען איך האָב זיך שוין כּמעט געהאַלטן פֿאַר אַ היפּשער מויד, אַז מײַנע צוויי באָבעס האָבן באמת ניט געהאַלטן איינע פֿון דער צווייטער. איך האָב געגעסן מיטאָג און זיך געלערנט תּורה בײַ מײַן באָבע ג, ווען זי האָט מיר פּלוצלינג פֿאַרטרויט, אַז די באָבע ר רעדט אַ „ייִדיש פֿון דער גאַס‟, און זי אַליין האָט געקענט אַ מער רעפֿינירטן „ייִדיש פֿון ביכער‟.

נאָך דעם, האָב איך אָנגעהויבן צו זען אַנדערע שפּאַלטונגען אין זייער באַציִונג; למשל, ווי די באָבע ר האָט געהאַלטן דער באָבע ג׳ס יעקישע חבֿרים פֿאַר „סנאָבן‟. אָדער שפּעטער, ווען זיי האָבן געדאַרפֿט פֿאָרן צוזאַמען קיין מדינת־ישׂראל, אָבער זענען צום סוף ניט געפֿאָרן, האָבן זיי נאָך דעם אויפֿגעהערט בכלל צו רעדן צווישן זיך.

בײַם אָנהייב, האָב איך עס ניט פֿאַרשטאַנען; ווי אַזוי קאָנען מײַנע צוויי באָבעס, וואָס האָבן, אַ פּנים, געהאַט די זעלביקע ליבע צו ייִדישקייט, אַרבעטער־ציוניזם, און „באָבעשאַפֿט‟, זײַן אַזוי קריטיש איינע צו דער אַנדערער? עס האָט מיר אויסגעזען, ווי מײַנע זיידעס האָבן ניט געהאַט קיין שום פּראָבלעמען צווישן זיך. איז, פֿאָרוואָס ניט זייערע פֿרויען?

איך האָב ניט געהאַט קיין ענטפֿערס, אָבער אויך קיין מאָל וועגן דעם ניט געפֿרעגט בײַ זיי. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿונעם סוף צו מײַנע יונגטלעכע אילוזיעס: ניט נאָר האָבן זיי ניט ליב געהאַט איינע די אַנדערע; זיי האָבן אויך געהאַט אַזוי פֿיל פּגמים ווי די אמהות פֿון בראשית.