אַ זשמענקעלע גליק

A Palmful of Happiness


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און װידער אַ מאָל האָבן זיך געפֿונען אַ פּאָר זלידנע ייִדן און אָנגעהױבן שטעלן זײערע בייזע קשיאות: „זײַט מיר מוחל און זאָגט אונדז, ביטע, אױב אַ מענטש איז איבערגליקלעך פֿון האָבן יעדן אין דער פֿרי אַ פֿריש בולקעלע מיט פּוטער, אַזױ װי, צום בײַשפּיל, ר’ באָנציע שװײַג, און אַן אײנציקע קרענק, װאָס ער האָט אַ מאָל געהאַט, איז אַ טשיריק אױפֿן הינטן, לױט װעלכער גליקן־סקאַלע דאַרף מען באַטראַכטן אַזאַ פּאַרשױן?‟

און די חכמהלאָגן זײַנען געפֿאַלן אױפֿן שׂכל (נאָך דעם װי זײ זײַנען געפֿאַלן אױפֿן קאָפּ): דאָס „גליק‟ דאַרף מען מעסטן לױט די צײַגערס פֿון דער אינערלעכער ברוטאָ־פּראָדוקציע, (GDP) Gross Domestic Product פֿון לאַנד, לױטן דורכשניטלעכן לעבנס־דױער, לױט דעם עקאָלאָגישן צושטאַנד פֿון לאַנד, לױט דעם בילדונגס־ניװאָ, לױטן געזונט־צושטאַנד פֿונעם פֿאָלק און, דער עיקר, לױט דעם פּראָצענט פֿון די פּאָזיטיװע ענטפֿערס פֿון די תּושבֿים, אַז זײ זײַנען גליקלעך צו לעבן אין דעם אָדער יענעם לאַנד.

מיט אײן װאָרט, דאָס װאָס איר, קאָסטאַ־ריקאַנער און װענעזועלער, האַלט זיך פֿאַר גליקלעכע מענטשן איז נאָך ניט גענוג; מיר, אין דער „יו־ען‟ װײסן בעסער, װער עס מוז זײַן גליקלעך. צום בײַשפּיל, די צײַגערס פֿון GDP אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען די גרעסטע אױף דער װעלט; אױך מיט די אַנדערע זאַכן גײט עס בײַ די אַמעריקאַנער גאָר ניט שלעכט. אָבער װאָס טוט מען מיט אַזאַ „קלײנער‟, גאָר ניט־װיכטיקער זאַך װי די „קרימינעלע סיטואַציע‟? צי װײסט אונדזער טײַערער לײענער, אַז 25% פֿון אַלע תּפֿיסהניקעס אױף דער װעלט זיצן טאַקע אין די אַמעריקאַנער טורמעס? כּמעט צװײ מיט אַ האַלבן מיליאָנען בירגער־פֿאַרברעכער „פּאָפּראַװען‟ זײער געזונט־צושטאַנד און העכערן זײער בילדונגס־ניװאָ אױפֿן חשבון פֿון די אַמעריקאַנער שטײַערן־צאָלער. און אױך די גאָר ניט קײן פּשוטע באַציִונגען צװישן די „װײַסע‟ און „אַפֿראָ־אַמעריקאַנער‟, און די ניט־הומאַניטאַרע טױט־אורטײלן אין אַ געװיסער צאָל שטאַטן, און די ניט־יושרדיקע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, און… מיט אײן װאָרט, װינציקער װי פֿופֿציק פּראָצענט אַמעריקאַנער בירגער האַלטן זיך פֿאַר גליקלעכע מענטשן.

גוט, איז אפֿשר מאַכט טאַקע דאָס געלט די מענטשן גליקלעך? דאַן האָבן מיר צו טאָן מיט קאַטאַר (ביטע, ניט פּלאָנטערן מיטן „קאַטאַר פֿון דער נאָז‟), דאָס לאַנד פֿון נאַפֿט און גאַז, אַ לאַנד מיטן גרעסטן צײַגער פֿון די הכנסות אױף אײן בירגער אױף דער װעלט — 132,000 דאָלאַר אַ יאָר. איצט, נעמט אין באַטראַכט, אַז פֿון צװײ מיליאָן קאַטאַרער תּושבֿים זײַנען נאָר פֿערציק פּראָצענט די אָפֿיציעלע בירגער, און צװישן זײ איז ניטאָ קײן אײנער, װאָס שטײט בײַ דער נאַפֿט־פּאָמפּע און האָרעװעט. די מנה־יפֿה דאָלאַרן ברענגען די קאַטאַרער בירגער יענע זעכציק פּראָצענט פֿאַרשקלאַפֿטע פּאַקיסטאַנער, אינדוסן, פֿיליפּינער און טײַלאַנדער אַרבעטער.

הקיצור, אַז מע נעמט אין באַטראַכט אַלע מעגלעכע פּאַראַמעטרען און מע באַציט זיך צו יעדן בירגער װי צו אַ מענטש, און צו דער נאַטור װי צום געגאַרטן לעבנס־אָרט, און צו די סאָציאַלע גאַראַנטיעס װי צו אַ הױפּטציל פֿון דער דעמאָקראַטיש־אױסגעװײלטער רעגירונג, װערט קלאָר, אַז די גליקלעכסטע מענטשן אױף דער װעלט זײַנען די בירגער פֿון נאָרװעגיע. בײַ זײ איז אַלץ כּשורה — אי מיטן צײַגער פֿון GDP, אי מיט די מענטשן־רעכט, אי מיט די סאָציאַלע רעכט.

צום סוף, װעל איך אַרײַנקוקן אין „פּרקי־אָבֿות‟ און כ’װעל אַ קלער טאָן, צי איז דאָס אַ צופֿאַל, אַז די צװײ װערטער „גליק‟ און „רײַכטום‟ קלינגען אױף לשון־קודש גאָר אידענטיש: „אוישער‟, כאָטש דאָס גליק קומט מיט אַן „אַלף‟ — אושר, און דאָס רײַכטום מיט אַן „עין‟ — עושר? אָט דאָס איז אַן אמתע קשיא. אָבער, אױף דעם האָב איך טאַקע אַ רמז: „אַלף‟ מאַכט דאָך אײנס און „עין‟ מאַכט זיבעציק. ס’הײסט, אַז אַלע מענטשן װערן געבױרן װי גליקלעכע מענטשן און לאַנגע זיבעציק יאָר דאַרף מען האָרעװען, כּדי צו װערן רײַך.