אין אוקראַיִנע ברענגט געוואַלד נאָך מער געוואַלד

In Ukraine, Violence Generates More Violence

אַ גרופּע פּראָ־רוסישע סאָלדאַטן אויף דער וואַך אינעם „סערגיי פּראָקאָפֿיעוו אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד‟, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע, דעם 7טן פֿעברואַר
Getty Images
אַ גרופּע פּראָ־רוסישע סאָלדאַטן אויף דער וואַך אינעם „סערגיי פּראָקאָפֿיעוו אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד‟, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע, דעם 7טן פֿעברואַר

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

הײַנט האָב איך נאָך ווייניקער סיבות צו זײַן אייפֿאָריש גליקלעך מיט די געשעענישן אין אוקראַיִנע. פֿאַרשטייט זיך, האַלט איך רוסלאַנד פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער טראַגעדיע, וואָס מע זעט דאָרטן — מיט שוין טויזנטער אומגעקומענע און הונדערטער טויזנטער פּלטים, מיט רויִנירטע שטעט, דערפֿער און מענטשלעכע לעבנס. אָבער די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט ליגט טיילווײַז אויך די לײַט, וועלכע האָבן אַרויסגעפֿירט ראָמאַנטישע העלדן אויף דעם קיִעווער „מײַדאַן‟ און זיי דערנאָך אויסגענוצט. ווען דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן אין וואַרשע, איז כאָטש אָנגעגאַנגען אַ מלחמה, אַזוי אַז אָן דער מרידה וואָלט דאָרטן בלוט פֿון דער ציווילער באַפֿעלקערונג סײַ־ווי־סײַ (אָבער זיכער ווייניקער) געווען פֿאַרגאָסן.

אין קיִעוו איז קיין מלחמה מיט אַ יאָר צוריק ניט געווען. דאָרטן זײַנען פּשוט שאַרף געשטאַנען די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע פֿראַגן. שאַרפֿע פֿראַגן פֿון אַזאַ מין שטייען אַלע מאָל בײַ די אַמעריקאַנער וואַלן צי די וואַלן ערגעץ אין אייראָפּע, ישׁראל וכ’. אָבער קיין בלוט פֿאַרגיסט מען ניט. מע פּרוּווט עס לייזן דורך די וואַלן. און טאָמער פֿאַרשפּילט מען, וואַרפֿט מען ניט אַראָפּ די פּרעזידענטן. מע האָט געדולד צו וואַרטן עטלעכע יאָר, ביז די קומענדיקע וואַלן, און מע פּרוּווט ניט אַרויפֿצווינגען בגוואַלד, גאָר ניט דעמאָקראַטיש אַ סטראַטעגיע, וועלכע איז אַ היפּשן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לחלוטין ניט צום האַרצן.

אין אוקראַיִנע האָט מען, צום באַדויערן, קיין געדולד, קיין דרך־ארץ צו דעמאָקראַטישע פֿאָרמען פֿון קאַמף, ניט געהאַט. און ווען איך טראַכט וועגן דעם און קוק אויף דעם, וואָס עס קומט איצט פֿאָר אין אוקראַיִנע (אוקראַיִניש פֿאַרשטיי איך דווקא זייער גוט), מאַכט עס מיך ניט פֿאַר קיין שטיצער פֿון וולאַדימיר פּוטין (מײַן באַציִונג צו דעם מנוּוול איז דעם לייענער באַקאַנט), אָבער קיין גרויסער חסיד פֿון די אוקראַיִנישע פּאָליטיקער ווער איך אויך ניט.

אָן דער שׂרפֿה, וואָס די ראָמאַנטישע העלדן האָבן געמאַכט מיט אַ יאָר צוריק, וואָלט אוקראַיִנע הײַנט ניט געווען קיין לאַנד פֿון האָניק און מילך; אָבער די איצטיקע ריזיקע טראַגעדיע וואָלט זיך דאָרטן זיכער ניט אָפּגעשפּילט. קיין זיכערע וועגן צו נאָרמאַליזירן די לאַגע זעט מען ניט. פּוטין האָט זיך פֿאַרטריבן אין אַ טעמפּן ווינקל, פֿון וואַנען ער קען ניט אַרויסקריכן אָן פֿאַרלירן דעם שם פֿון אַ גרויסן פֿירער, וואָס ער האָט בײַ די רוסן. די אוקראַיִנישע אַרמיי איז שוואַך. די מערבֿדיקע וועלט איז צעשפּאָלטן. אַפֿילו אַמעריקע איז צעשפּאָלטן: די אַדמיניסטראַציע און דער קאָנגרעס טענהן וועגן פֿאַרשיידענע סגולות. אַ סבֿרא, אַז די אַנומלטיקע איניציאַטיוו פֿון אַנגעלאַ מערקעל און פֿראַנסואַ אָלאַנד וועט, צום באַדויערן, אויך העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס; סײַדן עס וועט זיך אײַנגעבן צו פֿאַרוואַנדלען אַ הייסן קאָנפֿליקט אין אַ פֿאַרפֿרוירענעם.