אַן אַנדער מין פֿרומקייט?

Switch of Faith?

פֿון קעלסי אָזגוד (Forward)

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די חרדים, וועלכע קלערן צו פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט, קאָנען זיך אויך באַראַטן מיט דער איטערנעץ־ליניע Frum and Stuck, געגרינדעט פֿון אַ געוועזענעם חב״ד־שליח, הרבֿ לוי בראַקמאַן, און הרבֿ ישׂשׂכר כּץ — אַ געוועזענער סאַטמערער, וועלכער איז הײַנט אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ. בראַקמאַן האַלט אויך ווי סאַנטאָ: „במשך פֿונעם אַנדערטהאַלב יאָר וואָס מיר פֿאַרנעמען זיך מיט דער הילף־ליניע, האָב איך נישט געזען קיין איין מענטש, וואָס זאָל איבערגיין פֿון חרדיש צו מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש. אויב זיי בלײַבן פֿרום, איז עס ווײַל זיי האָבן געפֿונען אַ מיטל ווי צונויפֿצוּוועבן זייערע געדאַנקען מיטן חרדישן לעבן־שטייגער, אָדער זיי האָבן באַשלאָסן צו לעבן אַ טאָפּלטע אידענטיטעט.‟

דזשאָסעפֿס האָט שוין אַליין געזען ווי שווער עס איז איבערצוצײַגן די אומצופֿרידענע חסידים צו ווערן מאָדערן־פֿרום. אויף אַן אונטערנעמונג פֿון „מקום‟ לעצטנס, האָט איינער אַ חסיד פּלוצלינג אויסגערופֿן: „די קומעדיקע 18 יאָר וויל איך גיכער מאַכן ספּאָרט און עסן שינקע!‟ אָבער דזשאָסעפֿס האַלט, אַז אירע באַמיִונגען זענען פֿאָרט כּדאַי, אויב עס וועט העלפֿן אַפֿילו בלויז געציילטע ייִדן שלום־מאַכן מיט זייער רעליגיעזער קולטור־ירושה. „אויב מענטשן ווילן אָפּוואַרפֿן פֿרומקייט, זאָלן זיי עס טאָן,‟ האָט דזשאָסעפֿס געזאָגט. „מיר ווילן עס בלויז מאַכן צוטריטלעך.‟