דער פּראָמינענטער היסטאָריקער מאַרטין גילבערט (1936—2015)

Sir Martin Gilbert, Historian Par Excellence (1936-2015)

מאַרטין גילבערט (רעכטס) מיט אַנאַטאָלי (נתן) שטשעראַנסקי און אומבאַקאַנט
מאַרטין גילבערט (רעכטס) מיט אַנאַטאָלי (נתן) שטשעראַנסקי און אומבאַקאַנט

פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published February 11, 2015, issue of March 06, 2015.

לויט זײַן סטאַטוט געהערט מאַרטין גילבערט (פֿון 1995 — סער מאַרטין) צו דער העכסטער בריטישער געזעלשאַפֿט. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם עליטאַרן אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, און ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן געבליבן אַן ערן־מיטגליד פֿון מעריטאָן־קאָלעדזש אין אָקספֿאָרד. ער איז געווען אַ באַקאַנטער היסטאָריקער און האָט אָנגעשריבן 99 ביכער, אָבער קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן אין זײַנע וואָרצלען; געדענקט, אַז זײַנע עלטערן זײַנען געקומען קיין לאָנדאָן פֿון דער ייִדישער ווילנע און האָבן דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג.

ער אַליין איז על־פּי־נס געבליבן לעבן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה — מאַרטין איז דעמאָלט אַלט געווען פֿינף יאָר — איז ער געווען אין דער גרופּע ייִדישע קינדער, וועלכע מ׳האָט אָפּגעשיקט פֿון ענגלאַנד, וואָס איז כּסדר באָמבאַרדירט געוואָרן, קיין קאַנאַדע. די שיף, וווּ ס‘האָבן זיך געפֿינען די קינדער, איז טאָרפּעדירט געוואָרן פֿון אַ דײַטשישער אונטערוואַסער־שיף. מאַרטין האָט זיך געראַטעוועט און איז אָנגעקומען אין קאַנאַדע, אָבער זײַן שוועסטער איז פֿאַרלוירן געגאַנגען. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי זיך געטראָפֿן.

נאָך דער מלחמה האָט מאַרטין זיך אומגעקערט צוריק קיין לאָנדאָן, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די שול, דערנאָך געדינט אין דער אַרמיי, און שפּעטער אָנגעקומען אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט.

זײַן קאַריערע ווי אַ היסטאָריקער האָט ער אָנגעהויבן פֿון שטודירן די נײַע אייראָפּעיִשע געשיכטע, בפֿרט די געשיכטע פֿון דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות. דווקא ער איז פֿאַרבעטן געוואָרן פֿון דער ווינסטאָן טשערטשיל־משפּחה זיך צו באַטייליקן אינעם שרײַבן די ביאָגראַפֿיע פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער. (פֿון די 24 בענד האָט גילבערט אָנגעשריבן די ערשטע זעקס, וווּ ער שפּירט נאָך יעדע שעה פֿון טשערטשילס לעבן).

די דאָזיקע אַרבעט האָט געבראַכט דעם היסטאָריקער אַ שם פֿון אַן ערנסטן געלערנטן, און געעפֿנט פֿאַר אים די טירן פֿאַר אַ פּאָליטישער און אַקאַדעמישער קאַריערע. אָבער גילבערט האָט באַשלאָסן אַנדערש, ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער אַ טעמע, וואָס ער האָט אויסגעטראָגן לאַנגע יאָרן: „גלות און אומקער. דער קאַמף פֿאַרן ייִדישן היימלאַנד‟. דאָס בוך איז דערשינען אין 1978; ער באַשרײַבט דאָרט די געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע און רוסלאַנד פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערט; זייער קאַמף פֿאַרן אומקערן זיך אין ציון, ביזן שאַפֿן מדינת־ישׂראל.

אין די אָנהייב 1970ער, זײַענדיק אין מאָסקווע, וווּ ער האָט געזאַמלט מאַטעריאַלן פֿון דער יאַלטע־קאָנפֿערערנץ, האָט גילבערט זיך באַקענט מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן־רעפֿיוזניקעס, און איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון זייער העלדישן קאַמף אויף אַזוי ווײַט, אַז כּמעט אַלע זײַנע ווײַטערדיקע יאָרן האָט ער אָפּגעגעבן זײַן מי און כּוח אַרויסצוהעלפֿן אָט די מענטשן, ווי אויך יענע, וועלכע האָבן געשטרעבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.

אין 1983 דערשײַנט זײַן בוך „די ייִדן פֿון האָפֿענונג‟, וואָס דערציילט וועגן די מענטשן, וועלכע האָבן מער נישט געוואָלט זײַן „מענטשן פֿון שווײַגן‟; וועגן מענטשן, וועלכע האָבן אָפֿן געמאָלדן דער קאָמוניסטישער מאַכט — „לאָזט אונדז גיין!‟ אין דעם בוך ווערט דערציילט פֿון די ערשטע אַזעלכע קעמפֿער: וולאַדימיר ספּיוואַק און אידע נודעל, יוסף בעגון און לעוו אָווסישטשער, וויקטאָר ברײַלאָווסקי און יולי קאַשאַראָווסקי און אַ סך אַנדערע. מאַרטין גילבערט האָט אויך אָנגעשריבן די ערשטע מאָנאָגראַפֿיע „שטשעראַנסקי‟, נאָך דעמאָלט, ווען אַנאַטאָלי (נתן) איז געזעסן אינעם סאָוועטישן לאַגער.

גילבערט, ווי אַ שרײַבער און היסטאָריקער, האָט פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערע אַנדערשקייט, דהײַנו: ער פֿלעגט שרײַבן נישט נאָר אַרטיקלען, ביכער און גרויסע מאָנאָגראַפֿיעס; ער האָט געשאַפֿן אַ גרויסע צאָל היסטאָרישע אַטלאַסן. אויפֿן ערשטן עטאַפּ פֿון זײַן שאַפֿונג זײַנען דאָס געווען היסטאָרישע אַטלאַסן וועגן דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות, אַן אַטלאַס פֿון דער בריטישער געשיכטע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַזיע; שפּעטער זײַנען דאָס געווען אַטלאַסן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, רוסישן ייִדנטום, געשיכטע פֿון דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט.

מאַרטין גילבערט האָט אויך געקעמפֿט פֿאַר די מענטשן, וועגן וועלכע ער פֿלעגט שרײַבן — פֿאַר די רעפֿיוזנקעס, פֿאַרן באַפֿרײַען זיי פֿון טורמעס און פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; ער האָט געשריבן בריוו און זיך אָפֿט געטראָפֿן מיט די וועלט־גדולים, זיך באַטייליקט אין די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן, מיטינגען און פֿאַרזאַמלונגען.

אַן אַנדער טעמע, וואָס גילבערט האָט איר אָפּגעגעבן אַ סך צײַט איז געווען די חורבן־טעמע. זײַן פֿאַרנעמלעכע מאָנאָגראַפֿיע „דער חורבן: די ייִדישע טראַגעדיע‟, דערשינען אין 1986, בלײַבט ביז הײַנט צווישן די פֿולסטע און אמתדיקע אויספֿאָרשונגען אויף דער טעמע.

אין 1995 האָט די מלכּה עליזאַבעט צוגעטיילט צו מאַרטין גילבערט דעם ריטער־טיטל פֿון דער בריטישער אימפּעריע. כ׳בין אָבער איבערצײַגט, אַז מאַרטין גילבערט האָט נאָך מער פֿאַרדינט זיך צו רופֿן דער „ריטער פֿון ייִדישן פֿאָלק‟.