גראַפֿאָמאַניע ווי אַ קירובֿ־מעטאָד

Compulsive Writing as an Outreach Tool

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 12, 2015, issue of March 06, 2015.

הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל
הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל

עס האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ וויכטיקער פּרק אין דער געשיכטע פֿון די הײַנטיקע בעל־תּשובֿישע באַוועגונגען. דעם 6טן פֿעברואַר, י״ז שבֿט לויטן ייִדישן לוח, איז אין ניו־יאָרק בײַ 74 יאָר ניפֿטר געוואָרן הרבֿ אליעזר־שלמה שיק, באַקאַנט ווי דער „מוהראָ״ש‟, וועלכער האָט לעצטנס געליטן פֿון לייקעמיע. דער דאָזיקער חסידישער מנהיג איז געווען איינער פֿון די גרעסטע פֿאַרשפּרייטער פֿונעם בראַצלעווער חסידות, הגם דווקא צווישן די נאָכפֿאָלגער פֿון רבי נחמן האָט ער אַרויסגערופֿן אַ גרויסע קאָנטראָווערסיע.

אין די שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציע אַרום דער וועלט, פֿון פּעטערבורג ביז פּאַריז, קאַסאַבלאַנקע און אַפֿילו טעהעראַן, קאָן מען טרעפֿן קליינע בראָשורן אויף כּלערליי טעמעס, באַצירט מיט אַ כאַראַקטעריסטישן קרוין־סימבאָל, וווּ עס ווערן אויף אַ פּשוטער שפּראַך דערקלערט די יסודות פֿון רבי נחמן בראַצלעווערס תּורה. אַחוץ לשון־קודש, ענגליש און ייִדיש, זענען אַ סך פֿון זיי איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש, שפּאַניש, רוסיש, אונגעריש, פּערסיש און אַפֿילו מאַראַטהי — די אומגאַנג־שפּראַך פֿונעם אינדישן שבֿט „בני־ישׂראל‟.

די פּאַמפֿלעטן זענען אָנגעשריבן אין אַ כּמו־מיסיאָנערישן טאָן, און הייבן זיך אָן מיט אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „טײַערע און ליבע ברידער און שוועסטער, בעט איך דיך זייער צו פֿאַרטראַכטן זיך אויף אַ מינוט און צו נעמען מײַנע ווערטער צום האַרצן‟. צוליב די דאָזיקע קונטרסים, האָט זיך בײַ די בראַצלעווער חסידים געשאַפֿן אַ רעפּוטאַציע פֿון מיסיאָנערן. נישט איין מאָל האָט דער מחבר פֿון די שורות געהערט פֿון די ליובאַוויטשער שליחים, אַז ווען זיי טרעפֿן „די בראַצלעווער ביכלעך‟, וואַרפֿן זיי אַרויס די דאָזיקע „פּראָפּאַגאַנדע‟ אין גניזה.

אַזאַ נעגאַטיווע באַציִונג איז פֿאַרשפּרייט צווישן די, וואָס פֿאַרנעמען זיך אַקטיוו מיט אַן ענלעכער טעטיקייט און באַטראַכטן די פֿאַרשפּרייטער פֿון די בראָשורן ווי געפֿערלעכע קאָנקורענטן. אין דער אמתן, זענען ס׳רובֿ טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער אויך אומצופֿרידן מיט דער דאָזיקער ליטעראַרטור; זיי טענהן, אַז דער דערמאָנטער ניפֿטר־געוואָרענער מחבר פֿון די פּאַמפֿלעטן האָט באַגרינדעט אַן אייגענע שיטה, וואָס שיידט זיך אונטער פֿונעם עכטן בראַצלעווער חסידות און פֿאַרקריפּלט די אָריגינעלע תּורה פֿון רבי נחמן.

דער מוהראָ״ש האָט אָנגעשריבן מער ווי הונדערט ספֿרים און איבער אַ טויזנט בראָשורן; מע קאָן זיי אַראָפּלאָדן אומזיסט אויף דער וועבזײַט //breslevcity.co.il. די הילעס פֿון די קונטרסים, באַפֿאַרבט מיט שרײַענדיק־העלע קאָלירן און באַצירט מיט הערצער, אויסגעשרעקטע הענט, ביימער און ליכט־שטראַלן, זעען אויס פּונקט ווי טיפּישע ביכלעך פֿון די „דזשיי־וויטנעסעס‟ און אַנדערע מיסיאָנערישע סעקטעס.

די תּלמידים פֿונעם מוהראָ״ש באַהאַלטן נישט אויס זייערע כּוונות און שטרעבן בפֿירוש צו פֿאַרשפּרייטן די בראָשורן וואָס ווײַטער. דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל געהערט אַ מעשׂה, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער האָט, כּלומרשט, אַמאָל געבעטן אַ חסידישן רבֿ צו דערקלערן געוויסע פֿראַגעס וועגן אַ פּאָר ענגלישע ביכלעך וועגן רבי נחמן, וועלכע ער האָט ערגעץ געטראָפֿן און איבערגעלייענט מיט אַ לעבעדיקן אינטערעס.

דער מוהראָ״ש דרשנט אין זײַן שטעטל, יבֿנאל
דער מוהראָ״ש דרשנט אין זײַן שטעטל, יבֿנאל

צי די דאָזיקע מעשׂה איז אַן אַנעקדאָט, צי אמת, קאָן מען זיך אָבער אַזאַ סיטואַציע פֿאָרצושטעלן. צווישן די נאָכפֿאָלגער פֿונעם מוהראָ״ש זענען פֿאַראַן גענוג ענעגרישע יונגע־לײַט, וואָס צעשפּרייטן זײַנע ביכלעך טאַקע לשם־שמים, אויף זייער אייגענעם חשבון, צווישן די נישט־ייִדישע אוקראַיִנער בעת די ראָש־השנהדיקע נסיעות קיין אומאַן און אין אַזעלכע אומגעריכטע ערטער, ווי די „געזעלשאַפֿט פֿון בני־נח אין בראַזיל‟ — אַ נישט־ייִדישע גרופּע פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער, וואָס האָבן ליב ייִדישקייט און חסידות.

ווען מע קוקט אויף די קאָלירטע אויפֿרופֿן צו „ליבע ברידער און שוועסטער‟, שאַפֿט זיך אַ געשטאַלט פֿון עפּעס אַ טעלעוויזיע־פּאַסטאָר. למעשׂה, איז שיק געווען פּונקט אַזאַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד מיט אַ שטרײַמל, ווי די אַנדערע תּושבֿים פֿון די ברוקלינער חסידישע קוואַרטאַלן. זײַן חשובֿע רבנישע משפּחה איז אַנטלאָפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿון אונגערן קיין ירושלים, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן. שפּעטער, איז ער אַוועקגעפֿאָרן מיט די עלטערן קיין ניו־יאָרק. ווען ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ טאָכטער פֿונעם קאָסאָניער רבין, האָט דער באַרימטער פּוסק הרבֿ משה פֿײַנשטיין געדינט ווי דער מסדר־קידושין.

אינעם יאָר 1964 האָט דער יונגער רבֿ געגרינדעט די „מתיבֿתּא היכל־הקודש‟ — אַן אינטערנאַציאָנאַלע קירובֿ־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרשפּרייט דאָס בראַצלעווער חסידות אַרום דער וועלט. אינעם יאָר 1986, איז אַרום אים אויפֿגעקומען אַ גרויסער קרײַז פֿון איבער 3,000 תּלמידים, על־פּי־רובֿ בעל־תּשובֿות, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע בראַצלעווער שטאָט מיטן נאָמען יבֿנאל אין גליל. שפּעטער, האָט שיק זיך באַזעצט אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, און געזאַמלט אַרום זיך טויזנטער אָרטיקע נאָכפֿאָלגער — בעל־תּשובֿות, ספֿרדים און נײַגעריקע סאַטמאַרער חסידים, וועלכע האָבן אָרגאַניזירט אייגענע שילן אין וויליאַמסבורג, מאָנסי און קרית־יואל.

דער מוהראָ״ש האָט איבערגעלאָזט אַן ערנסטן פּירוש „שפֿת־הנחל‟ אויף „ליקוטי-מוהר״ן‟, דעם עיקרדיקן ספֿר פֿונעם בראַצלעווער חסידות; „נהרי אַפּרסמון‟ — אַ קאָמענטאַר אויף רבי נמחנס באַרימטע „סיפּורי־מעשׂיות‟; ווי אויך פּרטימדיקע פּירושים אויפֿן סידור, תּורה־פּרשיות און אַנדערע ערנסטע ווערק.

אַ טיפּישע בראָשור פֿונעם מוהראָ״ש
אַ טיפּישע בראָשור פֿונעם מוהראָ״ש

דער גרעסטער חידוש פֿון זײַן טעטיקייט באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס דער דאָזיקער חסידישער מנהיג איז געווען אַ בפֿירושער גראַפֿאָמאַן און לאַוו־דווקא אַ בראַצלעווער. אַפֿילו זײַנע ערנסטע ווערק חזרן זיך כּסדר איבער. ס׳רובֿ טראַדיציאָנעלע אוקראַיִנישע און פּוילישע בראַצלעווער חסידים טענהן, אַז דער מחבר „פֿאַרקויפֿט‟ זײַן אייגענע שיטה, נענטער צו סאַטמאַר און אַנדערע אונגעריש־גאַליציאַנער חסידישע דרכים, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט רבי נחמנס אָריגינעלער תּורה.

די אומצאָליקע בראָשורן פֿונעם מוהראָ״ש, וואָס ווערן פֿאַרשפּרייט אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן איבער דער וועלט, און אומזיסט צעטיילט אין כּלערליי אומדערוואַרטע ערטער, אַרײַנגערעכנט דעם שטאָטישן טראַנספּאָרט, קאָנען דינען ממש ווי אַ מוסטער פֿון גראַפֿאָמאַניע; בעצם, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ שטראָם פֿון אויבערפֿלעכלעכע פֿראַזעס און עמאָציאָנעלע אויסגעשרייען. יעדער נײַער פּאַמפֿלעט איז פֿאַקטיש אַ וואַריאַנט פֿון די פֿריִערדיקע, אָנגעשטאָפּט מיט די זעלביקע פּרעדיקונג־רופֿן צו „טײַערע ברידער און שוועסטער‟. ווי באַלד די ענגלישע און רוסישע איבערזעצונגען זענען פֿול מיט געפֿערלעך עם־הארצישע גרײַזן, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז די ווערסיעס אויף גרוזיניש צי מאַראַטהי זענען נישט בעסער.

אַן אַנדער מוסטער פֿון גראַפֿאָמאַניע זענען די 22 געפֿערלעך איבערגעחזרטע פּירושים אויף פּרקי־אָבֿות. ס׳רובֿ דיקע ספֿרים פֿונעם מוהראָ״ש שטעלן מיט זיך פֿאָר זאַמלונגען אָדער איבערפֿראַזירונגען פֿון די בראָשורן.

די טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער חסידים גלייבן, אַז נאָך רבי נחמנס טויט אין 1810 ביז משיחס צײַטן וועט נישט זײַן קיין אַנדער צדיק פֿון אַזאַ גרייס; משיח אַליין מוז זײַן אַן אָפּשטאַמלינג און אַ גילגול פֿונעם רבין. די אַנדערע חסידים האָבן אָפֿט קריטיקירט די בראַצלעווער פֿאַר אַנאַרכיסטישע טענדענצן, ווײַל זיי זאָגן זיך אָפּ צו אָנערקענען די לעבעדיקע מנהיגים און באַציִען זיך צו זיי אָפֿט מיט אַ סאַרקאַסטישן חשד.

להיפּוך, האָט דער מוהראָ״ש זיך אויפֿגעפֿירט דווקא ווי אַ כאַריזמאַטישער גורו, אַ מין נײַער בראַצלעווער רבי. אין קאָנטראַסט מיט די טיפֿע און פֿילזײַטיקע קלאַסישע בראַצלעווער ספֿרים, קלינגען זײַנע קונטרסים טאַקע ווי דרשות פֿון אַ טיפּישן אַמעריקאַנער גאַסן־פּרעדיקער. ווען איך פֿאָר פֿון סטאַטען־אײַלענד קיין מאַנהעטן, הער איך כּסדר היציקע מיסיאָנערן, וואָס באַנוצן זיך ממש מיט די זעלביקע אייביק איבערגעחזרטע לשונות און נודנע טענות קעגן דעם „מבול פֿון אוממאָראַלישקייט‟, וואָס הערשט אויף יעדן שריט און טריט אין דער הײַנטיקער וועלט.

פּראָפֿ׳ דוד אסף, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון חסידות אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איז מיט צוויי יאָר צוריק אויפֿגעטראָטן אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ ספּעציעלער לעקציע וועגן הרבֿ שיקס גראַפֿאָמאַניע און אומאָריגינעלקייט.

אַזוי צי אַזוי, האָט הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו פּאָפּולאַריזירן בראַצלעוו — איינע פֿון די טיפֿסטע, שענסטע און דערהויבנסטע שיטות אין ייִדישקייט. אַפֿילו טויזנטער וועלטלעכע ספֿרדישע ייִדן גלייבן הײַנט, אַז צו טראָגן אַ קייטל מיט אַ פּאָרטרעט פֿונעם מוהראָ״ש מיט עפּעס אַן אויסדרוק פֿון רבי נחמנען איז אַ וווּנדערלעכע סגולה, און אַז ראָש־השנה דאַרף מען פֿאַרברענגען אינעם אַשכּנזישן אוקראַיִנישן שטעטל אומאַן.

עס באַקומט זיך, אַז דעם נודנעם גראַפֿאָמאַנישן סטיל קאָן מען צומאָל קאָמפּענסירן מיט דער ריזיקער עמאָציאָנעלער ענערגיע, מיט וועלכער הרבֿ שיק האָט ממש געשפּרודלט. אינעם נײַעם פּרק פֿון דער קאָמפּליצירטער בראַצלעווער געשיכטע וועלן מיר שוין זען, וואָס פֿאַר אַ פּירות וועלן אַרויסקומען פֿון זײַן ריזיקער גראַפֿאָמאַנישער ירושה.