אַ פּראָפֿעסאָר אַן אַנאַלפֿאַבעט

The Ignorant Professor

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 13, 2015, issue of March 06, 2015.

אַ געוויסער פֿיזיק־פּראָפֿעסאָר, וואָס איך קען, באַצייכן איך ווי אַ ייִדישן אַנאַלפֿאַבעט. און ער איז נישט דער איינציקער, וואָס דרייט זיך אַרום צווישן אונדז און פֿאַרפּעסטעט די לופֿט מיט זײַנע אָנגריפֿן אויף ישׂראל.

נאָכן פּענסיאָנירן און פֿאַרלוסט פֿון זײַן פֿרוי, איז ער געבליבן אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, וואָס קימערן זיך נישט מיט אים בכלל; זיי זײַנען צו פֿאַרנומען, בלויז די שנור גיט זיך אָפּ מיט זײַנע באַדערפֿענישן. ער פֿאַרלירט צו ביסלעך זײַן ריאה, אָבער בײַם קלאָרן שׂכל, ענערגיע און זכּרון איז ער יאָ פֿאַרבליבן. 

זינט ער האָט זיך אַרײַנגעצויגן לעבן זײַן מחותּנתטע, וועלכע האָט אויך ערשט אָנגעוווירן איר מאַן, זיצט מען און מען וויכּוחעוועט אין קיך, ס’הייסט, מ’פֿירט הייסע דעבאַטעס.  

אין דער אמתן איז דער פּראָפֿעסאָר אײַנגעקאָוועט אין זײַנע געוווינהייטן, עסט אין אַ נאָענטן רעסטאָראַן זײַנע מאָלצײַטן און קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס זײַן מחותּנתטע איז אַזוי אידעאָלאָגיש אַרײַנגעטאָן אין מדינת־ישׂראל, קען ייִדיש, העברעיִש און אַ פּאָר אייראָפּעיִשע שפּראַכן דערצו. זי קוקט אָפֿט אַרײַן אין חומשל און אין דער “ניו־יאָרק טײַמס,” קען עבֿרי, האַלט פֿון שבת און יום־טובֿ, כאָטש זי אַליין איז נישט קיין פֿרומע. פֿאַרן פּראָפֿעסאָר איז דאָס אַלץ אַ רעטעניש, פֿאַרשלאָסן אונטער זיבן שלעסער. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי איז איינע פֿון די שארית־הפּליטה.

ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדיש הויז, אַפֿילו געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, אָבער פֿון דעם אַלעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ נעכטיקע וועטשערע; ער איז אַ ייִד, וואָס קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער און קען נישט פֿאַרנעמען די „ישׂראלדיקע פּאָליטיק פֿון אַגרעסיע‟. 

און דאָ הייבט זיך אָן דער קאַמף צווישן די צוויי מחותּנים. ער שטעלט זיך אײַן פֿאַר די געקריוודעטע אַראַבער, זי פֿאַרן קיום פֿון ישׂראל. ער טענהט, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט אַ פֿרעמד לאַנד, וואָס געהערט נישט צו זיי און ברענגען אום אומשולדיקע קינדער און ווײַבער, און זי, אַז ס’איז אונדזער לעגיטים לאַנד פֿון דורות אַרויס, „קוק אַרײַן אין חומשל, הער פראָפֿעסאָר…‟ דאַרף מען דאָך אָבער קענען לייענען לשון־קודש…

פֿרעג איך זי: „לאה! וואָס זאָגסטו אים דערויף?‟

ענטפֿערט זי מיר: „איך זאָג אים, אַז איך בין אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, און אַז די ייִדן האָבן טויזנטער יאָר באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד, אַרכעאָלאָגן גראָבן אויס די אַמאָליקע חפֿצים, מטבעות און אויפֿשריפֿטן פֿון דוד המלכס צײַטן.‟

דאָ בין איך שוין אַרויס פֿון די כּלים, נישט אַזוי אויף אים, ער איז דאָך אַ ייִדישער אַנאַלפֿאַבעט, ווען עס קומט צו דער אָנגעהעריקייט צום אייגענעם פֿאָלק; זי דאַרף אָבער פֿאַרשטיין, אַז ציוניזם איז לגמרי נישט דער ענטפֿער.

„וואָזשע דען איז יאָ דער ענטפֿער?‟ — שרײַט זי מיר אַרײַן אין אויער.

„סטײַטש! — שרײַ איך ווי אַ באַנומענע, — דער ענטפֿער האָט צו טאָן מיט ייִדן, נישט מיט ציוניזם צי סאָציאַליזם, צי קאַפּיטאַליזם. דער ענטפֿער איז, אַז מיר ייִדן זײַנען אַן אַלט פֿאָלק, און קיינער איז צו אונדז נישט גלײַך זינט דעם בראשית פֿון ציוויליזאַציע…‟ 

מיט דעם דאַרף מען קאָרמען פּראָפֿעסאָרן, עם־הארצים, אָפּגעשטאַנענע און פּרימיטיווע ייִדן, נישט מיט ציוניזם נאָר מיט אונדזער אויסדויער און אונדזער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אײַ, די ישׂראלים רופֿן זיך נישט ייִדן נאָר ישׂראלים, די וועלט רופֿט זיי ייִדן. און ווען די אַראַבער מאַכן קולות, אַז זיי זײַנען אויסן אַרײַנצוּוואַרפֿן די ישׂראלים אין ים אַרײַן, רופֿן זיי אונדז נישט ייִדן, נאָר ישׂראלים, ווי די ישׂראלים וואָלטן געווען אַ באַזונדער פֿאָלק. אויף אַראַביש רופֿן זיי אונדז יאַהוד, ייִדן, אָבער פֿאַר דער וועלט האָבן זיי מורא צו שרײַען אָפֿן — „ייִדן אין ים אַרײַן!‟ דאָ שפּילט זיך אָפּ אַ שפּיל פֿאַרן טײַוול, לאָמיר נישט פֿאַרגעסן ווער מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר…

און פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער ייִדישער האַס צום אייגענעם פֿאָלק? ערשטנס, האָבן ייִדן איבערגענומען דעם זעלבסטהאַס פֿון אונדזערע שׂונאים. זיי קוקן אויף אונדז דורך פֿאַרקריפּלטע אויגן, נישט אַנדערש ווי די וועלט האָט אונדז באַצייכנט ווי טײַוולאָנים, לויט שטרײַכערס אילוסטראַציעס אין זײַן נאַצישן „שטורמער‟, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ משה רבינו מיט הערנער, צוליב די אַנאַלפֿאַבעטן, וואָס האָבן געפּרוּווט איבערזעצן אונדזערע הייליקע ביכער און נישט געוווּסט דעם אונטערשייד צווישן קרן (זונענשטראַל) און קרן (האָרן). אויף אַזוי פֿיל, אַז דער „נײַער טעסטאַמענט‟ קומט פֿון אונדזער אַלטן חומש, און דער קאָראַן האָט באַזירט זייער הייליק בוך אויפֿן נײַעם טעסטאַמענט, וועלכער האָט באַזירט זייער תּורה אויפֿן חומש. און ווער האָט געשאַפֿן די תּורה? די ייִדן, דאָס פֿאָלק פֿון וויסן. אָבער ווי עס פֿירט זיך, אַ כאַפּ און אַ זבענק איבערן קאָפּ. דעם ייִדן האָט מען באַצייכנט מיט יום־טובֿדיקע נעמען, ווי מיאוסער ייִד, פֿאַרשאָלטענער ייִד, פּראָצענטניק, זשעדנער ייִד, זשיד, קײַק… 

און ווער וועט וואַגן צו קריטיקירן סײַ די דאָיִקע מוסולמענער און סײַ די דרויסנדיקע? דאָס איז פֿאַרווערט. קריטיקירט מען זיך אַליין, דאָס אויסגעבענקטע קליין מדינהלע, וווּ ייִדן האָבן געשעפּטשעט דורות לאַנג, „אם אשכּחך ירושלים, — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל מײַן רעכטע האַנט אָפּדאַרן.‟

„אָט מיט דעם האָסטו באַדאַרפֿט אַטאַקירן דײַן מחותּן, דעם אַנאַלפֿאַבעטישן פּראָפֿעסאָר,‟ — האָב איך געשריגן אויף אַ הויך קול, — „נישט מיט ׳איך בין אַ ציוניסטקע!׳ ווײַל דאָס מיינט לגמרי אַן אויסגעבלאָזן איי. נו, איז וואָס, אַז דו ביסט אַ ציוניסטקע? האָסט געדאַרפֿט אים אַרײַנשרײַען אין אויער: „איך בין אַ ייִד! אַ פּאָלנער, אַכצן קאַראַטיקער ייִד, וואָס קען מײַן געשיכטע פֿון שווייס און בלוט.‟

   אָבער ס’איז געווען אַרויסגעוואָרפֿענע רייד, גיי שרײַ חי וקיים, אַז צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע פּראָפֿעסאָרן געפֿינען זיך שׂונאי־ישׂראל, אַפֿילו בײַ אונדז אין קאָלומביע האָבן אַ טייל פֿון זיי אַגיטירט קעגן ישראל. קען איך נישט דערגיין פֿון וואַנען האָבן זיך אויסגעשיילט אייגענע אַנטיסעמיטן. און דאָס איז נישט נאָר אין אַמעריקע; ישׂראל איז אויך אַ שותּף צו דער ייִדישער אַמנעזיע, מ’ווייסט נישט, וואָס עס מיינט צו זײַן אַ ייִד… מוז עס זײַן אַנטיסעמיטיזם וואָס פֿאַראייניקט אונדז? איז עס דער אויסערגעוויינטלעכער ווילן צו זײַן יענער און נישט איך, זעט אויס, אַז “אם אין אַני לי, מי לי?” אויב איך בין נישט פֿאַר זיך ־ ווער בין איך?

גיי פֿרעג אַן אַמעריקאַנער ייִדן, ווער ער איז, וועט ער אײַך זאָגן, אַז ער איז אַן אַמעריקאַנער. די פֿראַנצויזישע ייִדן שרײַען נאָך דער הריגה אין כּשרן געשעפֿט: „אָבער מיר זײַנען פֿראַנצויזן… פֿאַרוואָס קומט עס אונדז? מ’וועט שוין מוזן עמיגרירן קיין ישׂראל און זײַן אַ פֿיר קאַראַטיקער ייִד. מיר האָבן דורכאויס געוואָלט זײַן ׳זיי׳, אפֿשר איז דער געדאַנק געווען דערבײַ, אויב איך וועל ווערן ווי ער, אפֿשר וועל איך פֿאַרלירן דעם איך, וועל איך קענען לעבן אַ רויִק לעבן. אויב איך וועל ווערן אַ פּראָפֿעסאָר, וועל איך אפֿשר קענען איבערנעמען פֿראַנק און פֿרײַ דעם האַס צו זיך אַליין…‟

נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, מיר דאַרפֿן זיך אומקערן צו „אונדז‟, ווײַל מיט אונדז קענען מיר כאָטש ווערן איינס מיט זיך אַליין. ווי ס’זאָל נאָר נישט זײַן, איך האַלט אין איין אַטאַקירן די פֿרעמדע ייִדן, די פּאַלעסטינער, די איסלאַמיסטן, די אוקראַיִנער, די פּאָליאַקן, די אונגאַרן, די ליטווינער… זיי דערשמעקן אַ ייִד אַפֿילו ווען זיי האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין ייִד פֿאַר די אויגן. ווי מיר זאָלן זיך נישט וועלן באַהאַלטן, העלפֿט עס אונדז ווי אַ טויטן באַנקעס.

דעריבער, ליבע פֿרײַנד, טײַערע ייִדן, לאָמיר ספּראַווען זיך מיט אונדזער ייִדישער ירושה, אַז קיינער זאָל נישט בלײַבן באַעוולט. לאָמיר זײַן ייִדן און הנאה האָבן פֿון זיך אַליין.