ליטוויש — אַ שפּראַך פֿון פֿאַר צײַטנס

Lithuanian ־ An Ancient Language

דער דײַטשער לינגוויסט אַוגוסט שלײַכער (רעכטס), און אַ הײַזקע אינעם ליטווישן שטעטל סלאָבאָדקע
דער דײַטשער לינגוויסט אַוגוסט שלײַכער (רעכטס), און אַ הײַזקע אינעם ליטווישן שטעטל סלאָבאָדקע

פֿון לייזער בורקאָ

Published February 15, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אויף פּראָסט מאַמע־לשון הייסט עס „אַ שאָף און פֿערד‟:

אַ שאָף, וואָס האָט ניט געהאַט קיין וואָל, האָט געזען פֿערד; דאָס ערשטע האָט געפֿירט אַ שווערן וואָגן, דאָס צווייטע — אַ גרויסע משׂא, און דאָס דריטע — האָט גיך געטראָגן אַ מענטשן. זאָגט די שאָף: „דאָס האַרץ ווערט מיר ענג, ווען איך איך זע, ווי דער מענטש טרײַבט די פֿערד‟. זאָגן די פֿערד: „הער, שאָף, דאָס האַרץ ווערט אונדז ענג, ווײַל מיר האָבן געזען: דער מענטש, דער האַר, מאַכט די שעפּסנוואָל צו אַ וואַרעמען בגד פֿאַר זיך, און די שאָף האָבן ניט קיין וואָל‟. הערנדיק דאָס, איז די שאָף אַנטלאָפֿן אין פֿעלד.

ס’איז טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז אינעם ייִדישן נוסח זײַנען פֿאַרבליבן עטלעכע ווערטער בעצם די זעלביקע ווי מיט 5000 יאָר צוריק: וואָל (varnā), וואָגן (vāgham), און וואַרעם (gharmam). (די ווערטער זעען דאָ אויס היפּש אַנדערש, ווײַל שלײַכער האָט געהאַלטן פֿון סאַנסקריט שטאַרקער ווי ס׳איז געווען באַרעכטיקט, און דערפֿאַר האָט ער רעקאָנסטרויִרט, למשל, בלויז די דרײַ וואָקאַלן /a u i/.) ווײַטערע „מאָדערניזירטע‟ נוסחאָות פֿון דער דאָזיקער מעשׂה קען מען לייענען אויף „וויקיפּעדיע‟ (די גרעסטע צאָל דווקא אויף רוסיש: Басня Шлейхера).

ס’איז אַ גרויסער ספֿק צי אַן אמתער אינדאָ־אייראָפּעער וואָלט טאַקע פֿאַרשטאַנען שלײַכערס מעשׂה — פּונקט ווי קיין הײַנטיקע ליטווינער און סאַנקסקריט־רעדער קענען זיך ניט צונויפֿרעדן. (לויטן אינדישן צענזוס רעדן נאָך הײַנט 14,000 מענטשן סאַנסקריט ווי זייער מוטערשפּראַך!) נאָר פֿון דעסטוועגן, איז אַ וווּנדער צו זען, וויפֿל ענלעכקייטן זײַנען געבליבן אַפֿילו נאָך 5000 יאָר, און ניט אין אַ הייליקער שפּראַך, אַ געשריבענער, ווי לשון־קודש אָדער סאַנסקריט, וואָס ווערט אָפּגעהיט ווי אַן אויג אין קאָפּ, מע זאָל ניט בײַטן קיין קוצו של יוד, נאָר אין אַ פּשוטער פֿאָלקשפּראַך, וואָס אַלע האָבן פֿריִער באַטראַכט ווי אַ פּרימיטיוון זשאַרגאָן.

אַוודאי, האָט ליטוויש אויך געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויפֿן ליטווישן ייִדיש, און ניט נאָר אויף דער עטניש־ליטווישער טעריטאָריע. דער פֿאַרשטאָרבענער ווילנער לינגוויסט כאַצקל לעמכען האָט אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דער דאָזיקער פֿאַרבינדונג. און אַזוי ווי דאָס ליטווישע ייִדיש איז אין אַ סך פּרטים אָנגענומען געוואָרן פֿון אונדזער „סטאַנדאַרט‟, שפּילט די ליטווישע השפּעה אַ וויכטיקע ראָלע פֿאַר דער אַלגעמיינער ייִדיש־פֿאָרשונג. אָבער זאָל דאָס בלײַבן אַ טעמע פֿאַר אַ צווייטן אַרטיקל, דערווײַל איז שלײַכערס מעשׂה גענוג מע זאָל עס צעקײַען.