נעאָ־נאַציסטן מאַרשירן איבערן חורבן־אָרט

Neo—Nazis March in Lithuania Massacre City

אולטראַ־רעכטע נאַציאָנאַליסטן אויף די גאַסן פֿון קאָוונע, פֿעברואַר 16
אולטראַ־רעכטע נאַציאָנאַליסטן אויף די גאַסן פֿון קאָוונע, פֿעברואַר 16

פֿון ייִט״אַ

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די נאַציאָנאַליסטן, וועלכע ווייסן וועגן דער קעגנערשאַפֿט־טעטיקייט פֿונעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, האָבן געשריגן „נידער מיט כּ״ץ‟, מאַכנדיק חוזק פֿון אים און אפֿרים זוראָף – דער ישׂראלדיקער פֿאַרוואַלטער פֿונעם “צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל”, וועלכער האָט זיך אויך באַטייליקט אין דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע. דרײַ יונגע נאַציאָנאַליסטישע אַקטיוויסטן זענען צוגעקומען צו זוראָף און האָבן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט לעבן אים מיט לאָזונגען, וואָס פֿאַרדאַמען ישׂראל ווי אַ ראַסיסטישע מלוכה, וווּ מע רודפֿן די אַפֿריקאַנער פּליטים.

טאָמאַס סקאָרופּסיס, איינער פֿון די מאַרש־אָרגאַניזאַטאָרן, האָט באַטאָנט, אַז די אונטערנעמונג האָט נישט געטראָגן קיין אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער. אַזוי ווי נישט ווייניק אַנדערע אולטראַ־רעכטע גרופּעס אינעם באַלטישן ראַיאָן, האָט ער געזאָגט, אַז אַ סך ליטווינער האָבן פֿײַנט די ייִדישע קאָמוניסטן, וועלכע האָבן דערהרגעט אַ סך „קעמפֿער פֿאַר דער נאַציאָנאַלער פֿרײַהייט‟. זײַן אָרגאַניזאַציע גלייבט אָבער, אַז מע דאַרף פֿאַרגעסן די דאָזיקע היסטאָרישע אַסאָציאַציעס און אַנטוויקלען אַ נײַע שיטה פֿון נאַציאָנאַליזם, אָן קיין שײַכות צו אַנטיסעמיטיזם.

ווען די נאַציס זענען אַרײַן אין קאָוונע, האָבן זיי דאָרטן אויסגעהרגעט מער ווי 10,000 טויזנט ייִדן אין איין טאָג
Getty Images
ווען די נאַציס זענען אַרײַן אין קאָוונע, האָבן זיי דאָרטן אויסגעהרגעט מער ווי 10,000 טויזנט ייִדן אין איין טאָג

אַ סך תּושבֿים פֿון די באַלטישע לענדער באַטראַכטן די אָרטיקע פֿאַשיסטן ווי העלדן, ווײַל זיי האָבן געקעמפֿט קעגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכן זיי פֿאַרגלײַכן מיט נאַצי־דײַטשלאַנד. למעשׂה, באַקומט זיך אָבער, אַז די נאַציס ווערן געשילדערט ווי „גוטע באַפֿרײַער‟, הגם זיי האָבן, אין דער אמתן, פֿאַרטיליקט הונדערטער טויזנט ייִדן. אַ סך אָרטיקע קאָלאַבאָראַציאָניסטן האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם דאָזיקן כּלומרשט „באַפֿרײַונג‟־פּראָצעס.

זוראָף האָט באַטאָנט, אַז הגם פֿאַר די הײַנטיקע פֿאַשיסטן איז אַנטיסעמיטיזם, מעגלעך, מער נישט אַקטועל, איז דער וועלט־באַנעם פֿון די הײַנטיקע נאַציאָנאַליסטישע גרופּעס טיף אומיושרדיק; אַנשטאָט צו פֿאַרדאַמען די פֿינצטערע פֿאַרגאַנגענהייט, ווערן די בלוטיקע געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ריינגעוואַשן און פֿאַרוואַנדלט צווישן די נעאָ־פֿאַשיסטישע קרײַזן אין „העלדישע‟ אַקציעס.