די געהיימע ייִדישע געשיכטע פֿון „מאַרדי־גראַ‟

The Secret Jewish History of Mardi Gras

דער קאַרנאַוואַל „מאַרדי־גראַ‟ אין ניו־אָרלין
Getty Images
דער קאַרנאַוואַל „מאַרדי־גראַ‟ אין ניו־אָרלין

פֿון סעט ראָגאָוווי (Forward)

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

דער קאַרנאַוואַל „מאַרדי־גראַ‟, וועלכער קומט איצט פֿאָר אין ניו־אָרלין, איז אַן אָרטיקע ווערסיע פֿון ענלעכע שׂיחמה־אונטערנעמונגען אַרום דער וועלט.

אויפֿן ערשטן בליק, איז שווער צו באַמערקן וועלכע־ניט־איז ייִדישע עלעמענטן אויף דער דאָזיקער יערלעכער אונטערנעמונג, באַקאַנט ווי דער „פֿעטער דינסטיק‟, וואָס ווערט הײַיאָר דורכגעפֿירט אין דער שטאָט דעם 17טן פֿעברואַר. דער סטיל פֿון די מאַסקאַראַד־קאָסטיומען און דאָס שיכּרות זעען אויס גאַנץ פֿרעמד, הגם אויף אַ פֿאַרשלעפּטער בר־מיצווה קאָן מען צומאָל אויך טרעפֿן לוסטיקע מענטשן, וואָס האָבן איבערגעכאַפּט די מאָס מיט אַ היפּשן „לחיים‟.

אין דער אמתן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ בפֿירושע פֿאַרבינדונג. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטאַמט די קריסטלעכע פּאַסכע פֿונעם ייִדישן חג־הפּסח. „מאַרדי־גראַ‟ איז דער לעצטער טאָג פֿאַר די לאַנגע פּאַסכע־צוגרייטונגען. אויף אַן ענלעכן אופֿן, פֿאַלט פּורים אויס מיט אַ חודש פֿאַר פּסח. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז ניטל איז באַגרינדעט אויף דער ייִדישער חנוכּה. אין דעם זין, איז „מאַרדיגראַ‟ אַ מין קריסטלעכער פּורים.

אַ ריי פּורימדיקע ענינים זענען טאַקע ענלעך צום הײַנטיקן נישט־ייִדישן קאַרנאַוואַל. מע טוט זיך אָן אין קאָסטיומען, מע טרײַבט לצנות און מע שיכּורט זיך אָן, וואָס בײַ ייִדן ווערט אַפֿילו באַטראַכט ווי אַ בפֿירושע מיצווה. אַ מאַן מעג זיך איבערטאָן ווי אַ פֿרוי, און אַ פֿרוי — ווי אַ מאַן. מע מעג חוזק מאַכן פֿון אַזעלכע ענינים, וואָס געוויינטלעך וואָלט קיינער זיך נישט דערוועגט זיי אויסצולאַכן.

פֿאַרשטייט זיך, איז פּורים אויך אַן ערנסטער יום־טובֿ, ווען מע מוז צוויי מאָל אויסהערן די מגילה, בײַ נאַכט און בײַ טאָג. פֿונדעסטוועגן, מאַכן די קינדער אַ סך רעש מיט די גראַגער יעדעס מאָל, ווען בעת דער דאָזיקער מיצווה ווערט דערמאָנט דער נאָמען פֿון המן־הרשע. דער־אָ מינהג קאָן אויך באַטראַכט ווערן ווי אַ פּראָטאָטיפּ פֿון די ניו־אָרלינער דזשעז־אינסטרומענטן.

די טראַדיציע פֿונעם ניו־אָרלינער קאַרנאַוואַל שטאַמט פֿון אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָבן זיך אין אַמעריקע און אַרום דער וועלט געשאַפֿן פֿאַרשיידענע ברודערשאַפֿט־אָרגאַניזאַציעס - krewes - וועלכע האָבן צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע זשעסטן, אייגענע מיטאָלאָגישע מאָטיוון און קאָסטיומען פֿאַרן גרויסן קאַרנאַוואַל.

איינע פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס איז געווען Rex; איר מנהיג האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿונעם אָפֿיציעלן „מלך‟, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן גאַנצן קאַרנאַוואַל. דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט געוווּנען דעם דאָזיקן טיטל, אינעם יאָר 1872, איז געווען לויִס סאָלאָמאָן – אַ פּראָמינענטער ייִדישער געשעפֿטסמאַן. זײַן משפּחה האָט געשטאַמט, לויט דער לעגענדע, פֿונעם לעגענדאַרן חיים סאָלאָמאָן, דער פֿינאַנצן־שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע.

נאָכן בירגער־קריג, זענען די ייִדן אין ניו־אָרלין געוואָרן קרבנות פֿון ראַסע־ און רעליגיעזער דיסקרימינאַציע. אַזוי ווי די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, האָבן זיי מער נישט געטאָרט ווערן מיטגלידער פֿון די פֿאַרמאַכטע ברודערשאַפֿט־חבֿרות. ווי אַ רעזולטאַט, האָט די דאָזיקע באַפֿעלקערונג־גרופּעס געגרינדעט זייערע אייגענע ברודערשאַפֿטן. דער ערשטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער „קרו‟ איז אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1909 און האָט געהאַט אַ בפֿירוש פּורימדיקן טעם פֿון גראָטעסק־חוזק. די באַטייליקטע האָבן אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון די ערגסטע ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן קעגן די „באַרבאַרישע‟ שוואַרצע. אינעם יאָר 1995 האָבן די ניו־אָרלינער כּל־זמרים געשאַפֿן דעם ייִדישן „קרו‟, וועלכער פֿאָלגט דעם זעלבן מוסטער פֿון די אַפֿריקאַנער זולוסן. די באַטייליקטע טוען זיך אָן ווי די סטערעאָטיפּישע פּערסאָנאַזשן פֿון אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן, מיט הערנער און לאַנגע נעז, פֿאַרשטעלט ווי רײַכע באַנקירן און אַדוואָקאַטן, וואָס שטרעבן איבערצונעמען די מאַכט איבער דער גאָרער וועלט. אַנשטאָט קאָקאָסן, באַוואַרפֿן זיי דעם עולם מיט בייגל. אַ אַנדער גרופּע האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דער דאָזיקער חבֿרה און געשאַפֿן דעם „קרו פֿון משוגעת‟, צוגעבנדיק דעם קאַרנאַוואַל אַן אַנדער עלעמענט פֿון ייִדישקייט.