דענמאַרק און דער חורבן אין אייראָפּע

Denmark and the slow destruction of Europe

דער געוועזענער דענישער פּרעמיער־מיניסטער לאַרס לאָקע ראַזמוסן לייגט אויף בלומען פֿאָרנט פֿונעם „קרוטאָנדע‟ קולטור־צענטער אין קאָפּענהאַגען, דענמאַרק, דעם 15טן פֿעברואַר
Getty Images
דער געוועזענער דענישער פּרעמיער־מיניסטער לאַרס לאָקע ראַזמוסן לייגט אויף בלומען פֿאָרנט פֿונעם „קרוטאָנדע‟ קולטור־צענטער אין קאָפּענהאַגען, דענמאַרק, דעם 15טן פֿעברואַר

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 22, 2015, issue of March 20, 2015.

די געשיכטע פֿון ייִדן־האַס חזרט זיך אויף דאָס נײַ איבער מיט יעדער תּקופֿה; ערשט פּאַריז און איצט דענמאַרק, און מיר ווייסן נישט, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. מיר ייִדן לייגן נישט קיין אַכט, ווען די סכּנה לויערט פֿון הינטער די קוליסן, אַזוי איז געווען מיט די ייִדן אין דײַטשלאַנד, וועלכע האָבן זיך פֿאַרליאַפּעט אין דער „גאָר הויכער ציוויליזירטער‟ און דײַטשער קולטור…

דאָס נעמלעכע איז צו הערן הײַנט פֿון גאַנץ אייראָפּע — פֿעלקער, וועלכע האָבן זיך געשליפֿן די נעגל אונדז צו פֿאַרטיליקן. די צרה איז, וואָס דער מלאך־המוות האַלט אין איין בײַטן אונדזערע תּכריכים. אָבער מיר, מיר האָבן זיך אײַנגעגלייבט אין דער מענטשהייט און פֿאַרגעסן אַז זי איז ערשט אַראָפּגעקראָכן פֿון די ביימער, זיך געשטעלט אויף ביידע פֿאָדערשטע לאַפּעס, כאָטש דער עק איז פֿאַרבליבן באַהאַלטן.

דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, בנימין נתניהו, האַלט, אַז מיר האָבן אַן אייגענע מדינה, איז „קומט אַהיים ייִדעלעך, ברידערלעך, באַזעצט זיך אין אייגענעם לאַנד, בלײַבט ייִדן וועט איר זײַן אָפּגעהיט פֿון אַלעם בייזן.‟

דאָס אייגענע לאַנד איז טאַקע שיין, ווויל און הערלעך, נאָר נישט פֿאַר אַלע. די פֿאַס איז שוין איבערפֿול, נישטאָ מער קיין אָרט, זעקס מיליאָן פֿון אונדז כּן-ירבו, די זעלבע צאָל, וואָס איז מיט זיבעציק יאָר צוריק אומגעקומען על קידוש־השם. דירות זײַנען טײַער, אָרעמקייט לויערט, דער חילוק צווישן אָרעם און רײַך איז ריזיק, און ווער רעדט שוין פֿון די סכּנות, וואָס לויערן אויף אונדזער מדינה פֿון אונדזערע אַזוי גערופֿענע שכנים.

דערמאָן איך זיך נאָך אַמאָל אין די רייד פֿון ד״ר. י. נ. שטיינבערגן, דעם פֿירער פֿון די טעריטאָריאַליסטן אין אַמעריקע, און זײַן פּיזמון איז געווען:

„מיר ייִדן וועלן זײַן אײַנגעשטעלט מיטן לעבן, אויב מיר וועלן זיך אַלע באַזעצן אין איין לאַנד, אַפֿילו ווען עס איז אונדזער אייגן לאַנד. חס־וחלילה, די שעה זאָל נישט באַשעהן, מוזן מיר זיך אײַנשאַפֿן אַן אַנדער ייִדיש ווינקל, ווײַט פֿון ארץ־ישׂראל, וווּ מיר וועלן נישט זײַן אַזוי אײַנגעשטעלט מיט אונדזער עקזיסטענץ.‟

שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז מיר ייִדן זײַנען ניצול געוואָרן ווי אַ פֿאָלק בלויז צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען צעזײט און צעשפּרײַט, אַנישט וואָלט פֿון אונדז קיין זכר נישט פֿאַרבליבן. ער האָט געטענהט, אַז אויב אַ טייל פֿון אונדז ווערט פֿאַרניכטעט אין איין טייל פֿון דער וועלט, וועלן ייִדן בלײַבן לעבן ווי אַ פֿאָלק אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער וועלט.

הייב איך נישט אָן צו וויסן וואָס איז בילכער, אַן אייגן לאַנד, וווּ איך האָב געוווינט צען יאָר צײַט און אַדורכגעלעבט די יום־כּיפּור מלחמה, און געהאַט דערבײַ דעם אייגענעם געדאַנק: מיר זײַנען אײַנגעפֿונדעוועט אין אונדזער הייליק לאַנד, אַרומגערינגלט פֿון זלידנע וועלף און אונדזער לעבן איז אין געפֿאַר.

איך האָב אויך געטראַכט פֿון מײַנע צוויי זין און זייער טאַטן, וואָס איז ניצול געוואָרן פֿון אוישוויץ, וווּ ער האָט אָנגעוווירן טאַטע־מאַמע און דרײַ שוועסטער, און איין קליין ברודערל.

מײַן מענדל איז דעמאָלט געווען אַ פֿערצן־יעריק בחורל, ווען מ’האָט אין 1944 אויסגעליידיקט די ייִדישע שטעט און שטעטלעך פֿון די קאַרפּאַטן. פֿאַר אים איז די דרויסנדיקע וועלט געווען לגמרי פֿרעמד, און דאָ שטייט ער פֿאַר מענגעלעס סעלעקציע „רעכטס‟, „לינקס‟, און הייבט נישט אָן צו וויסן, אַז ער געפֿינט זיך אויף פּוילישער ערד, אין אָשוויענטשים, און דער חבֿרה־מאַן לעבן אים גיט אים אַ שטורך:

„קוק! זע! ווי דער רויך שפּאַרט פֿון די קוימענס, און קוק זיך גוט אײַן אינעם רויך, דער רויך טראָגט אַוועק דאָס געביין פֿון דײַן טאַטן און מאַמען, דײַנע שוועסטער און ברודער…‟

פֿאַוואָס דערמאָן איך עס? נישט געקוקט אויף דעם, האָט מען זיך באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה, וווּ עס האָט געלויערט אויף אונדז ווידעראַמאָל דער אומקום, און ווען מיר האָבן דערשפּירט, אַז ס’טויג נישט, נישט נאָר ווײַל נישט אַלע ייִדן האָבן איין שׂכל, און אַיעדער ייִד האָט זיך זײַן שולחן־ערוך, אָבער יעדער פֿון זיי טראָגט זיך אַרום מיט דער זעלבער מחשבֿה — מ’איז אין סכּנה.

און איצט קום איך צו דער באַלאַגערונג פֿון גאַנץ אייראָפּע פֿון עשׂוס אור־אור־אור… אייניקלעך, ווי זאָגט מען: „עשׂו און יעקבֿ קענען זיך קיין מאָל נישט אויסגלײַכן, און דערצו דינט עשׂו דעם „קאָראַן‟, וואָס שפּײַט מיט רויך און זידט מיט בלוט־פֿאַרגיסונג, וווּ אַ מענטשלעך לעבן איז נישט ווערט קיין „פּיאַטאָק‟, קיין פֿינפֿערל.

נישט גענוג וואָס מיר האָבן זיך אָנגעליטן צוויי טויזנט יאָר פֿון די אייראָפּעיִשן אַכזריות, און צו להכעיס זיי האָבן מיר געלעבט, געשאַפֿן, געליטן, געגאַנגען אויף קידוש־השם און ווײַטער געשאַפֿן, און געבליבן אַן עם־הספֿר גענויגט צו יושר און מענטשלעכקייט.

אַז מיר ייִדן, געפֿינען זיך ווידער אין דער זעלבער פּאַסטקע, ווייסט אַ יעדער פֿון אונדז. מיר דאַרפֿן נישט קיין ספּעציעלע סימנים, פּאַריז און דענמאַרק דערמאָנט מיך אין אַן עקספּערימענט, וואָס די וויסנשאַפֿטלער האָבן אַדורכגעפֿירט אין אַ לאַבאָראַטאָריע אין איינעם פֿון די באַרימטע אוניווערסיטעטן. זיי האָבן גענומען אַ זשאַבע און זי אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ טאָפּ זודיק, קאָכעדיק וואַסער, איז די זשאַבע גלײַך אַרויסגעשפּרונגען.

האָבן זיי אַרײַנגעוואָרפֿן די זשאַבע אין אַ טאָפּ מיט קאַלט וואַסער, און אונטערגעצונדן אַ פֿײַער. דאָס וואַסער האָט פּאַמעלעך גענומען ווערן וואַרעם, האָט די זשאַבע געטראַכט, זי וועט זיך צוגעוווינען, נישט געפֿערלעך, זי האָט זיך נישט געריכט אויף קיין מיאוסן סוף. אָבער ווען דאָס וואַסער האָט גענומען זידן, איז שוין געווען צו שפּעט, די זשאַבע איז שוין געבליבן שטעקן אין טאָפּ און מער נישט געקענט אַרויסשפּרינגען.

האָט מען געפֿרעגט דעם דענישן רבֿ, רבי, ראַבײַ, נישט וויכטיק צו וועלכער כּיתּה ייִדישקייט ער געהערט:

„וואָס טראַכט ער וועלן טאָן די דענישע ייִדן נאָך די אָנפֿאַלן, בלײַבן אין דענמאַרק אָדער עמיגרירן קיין ארץ־ישׂראל?‟

האָט ער קאַטעגאָריש געענטפֿערט:

„מיר בלײַבן אין דענמאַרק! ס’איז אונדזער לאַנד, ווײַל מיר ייִדן זײַנען דאָ תּושבֿים יאָרן לאַנג!‟

דער אמת איז, אַז די ייִדן שטייען איצט פֿאַר אַ גרויסן נסיון, ארץ־ישׂראל צי דענמאַרק? פֿראַנקרײַך צי ארץ־ישׂראל? בעלגיע צי ארץ־ישראל? האָלאַנד, שפּאַניע, דײַטשלאַנד אָדער אוקראַיִנע, אַלץ איינס, ווידעראַמאָל האָבן די ייִדן דערשפּירט די בײַטש, סכּנות־נפֿשות, וואָס לויערט אויף זיי, זייערע קינדער און אייניקלעך. וווּ זשע האַלטן מיר? מיר האַלטן אין דער צײַט פֿון די אינקוויזיציעס, פּאָגראָמען, ייִדן וואָס האָבן געברענט אויף שײַטער־הייף, און צום סוף, דער ייִדישער חורבן.

מע זאָגט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם האַלט אונדז אויף ווי אַ פֿאָלק, ארץ־ישׂראל פֿאַראייניקט אונדז, און אַז אָן די צוויי תּירוצים פֿאַר די בענטש־ליכט וועלן מיר אונטערגיין ווי אַ פֿאָלק. איז דען געבליבן אַן אָרט אויפֿן ערד־קוגל וווּ מיר, ייִדן, וועלן זיך אַמאָל פֿילן פֿרײַ און באַשיצט? הײַנט לעבן מיר ווי אַ פֿאָלק אַ סך מאָל אויף דער קיצבֿה פֿון דער וועלט און שטענדיק אויף דערווײַל; און וווּ מיר זאָלן זיך נישט אײַנבירגערן, וועלן מיר סטרויען, בויען, און אויפֿהאַלטן אונדזער באַזונדער געשאַנק, אונדזער נאַציאָנאַלע קולטור. אפֿשר איז דאָס דער סוד פֿון אונדזער קיום.