ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published February 23, 2015, issue of March 20, 2015.

לינדע דעסאַו
Getty Images
לינדע דעסאַו

דער ערשטער ייִדישער גאָװערנאָר פֿון װיקטאָריע

לינדע דעסאַו איז באַשטימט געװאָרן װי דער נײַער גאָװערנאָר פֿון דעם שטאַט װיקטאָריע. זי איז די ערשטע פֿרױ, װאָס פֿאַרנעמט די פּאָזיציע און אױך דער ערשטער ייִד. די אַרבעט פֿון אַ גאָװערנאָר אין אױסטראַליע איז צו פֿאַרטרעטן די קיניגין.

אַ דערמאָנונג פֿון אַ שיל אין אױסטראַלישן דאָרף

די ייִדישע אײַנװוינער פֿונעם שטעטל שעפּערטאָן װילן אױפֿשטעלן אַ פּלאַץ צו דערמאָנען דאָס אָרט, װוּ אַ שיל איז אַ מאָל געשטאַנען.

דאָס שטעטל שעפּערטאָן געפֿינט זיך אַ פֿיר שעה אױף צפֿון פֿון מעלבורן און איז לאַנגע יאָרן געװען די הײם פֿון אַ גרופּע ייִדישע פֿרוכטן־פֿאַרמערס. די ערשטע ייִדן זײַנען אָנגעקומען אַהין אין יאָר 1913. די 60 ייִדישע משפּחות האָבן מיט דער צײַט אױפֿגעבױט אַ שיל און אַ כּשרן האָטעל. די ייִדישיסטישע פּרץ־שול האָט אַפֿילו אַרױסגעשיקט אַ לערער יעדע װאָך אַזש פֿון מעלבורן. אין 1966 איז דאָרטן געבליבן נאָר אַן אײן און אײנציקער ייִדישער פֿאַרמער.

די ליבע ברענט בײַ דער „קדימה‟

דער ייִדישער פֿאָלקס־צענטער „קדימה‟ האָט אײַנגעאָרדנט אַ מוזיקאַלישן אָװנט װעגן ליבע אין ייִדיש און אין ענגליש. עס האָבן אָנטײלגענומען מיטגלידער פֿונעם מעלבורנער ייִדישן טעאַטער און פּערזענלעכקײטן פֿון דער אױסטראַלישער בינע און ראַדיאָ. אַלע בילעטן זײַנען אױספֿאַרקױפֿט געװאָרן צען טעג פֿאַרן קאָנצערט.

די קיניגלעכע קאָמיסיע

די קיניגלעכע קאָמיסיע, װאָס פֿאָרשט אױס די רעאַקציעס פֿון די אױסטראַלישע אינסטיטוציעס אויף די פֿאַלן, װען קינדער אין זײער רשות האָבן געליטן פֿון סעקסועלע מיסברױכן, האָט פֿאַרענדיקט איר אױספֿאָרשונג פֿון די חב״ד־ישיבֿה טאָגשולן אין מעלבורן און אין סידנעי.

די עדות זײַנען געװען די געליטענע און רבנים, װעלכע האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין די טאָגשולן בעת די 1980ער און די 1990ער יאָרן (װען די מיסברױכן זײַנען פֿאָרגעקומען) און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די טאָגשולן. לױט די עדות־זאָגן איז איצט קלאָר, אַז מעלבורנער חב”ד־רבנים האָבן שױן געװוּסט װעגן אַ טײל פֿון די פֿאַרברעכנס אַזױ פֿרי װי אין די מיט־1980ער יאָרן.

אײנער פֿון די געליטענע האָט פֿאַרגליכן דאָס װאָס מיט אים איז געשען צו מאָרד. אײנער פֿון די עדות האָט אָנגעזאָגט דער קאָמיסיע, אַז װען זײַן קראַנקע מאַמע האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאַרװאַלטער פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה װעגן די פֿאַרברעכנס, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אים, האָט די ישיבֿה צוגענומען זײַן סטיפּענדיע, און ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן די טאָגשול.

די קאָמיסיע װעט ערשט מעלדן אירע אױספֿירן סוף יאָר. דערװײַל אָבער קומען פֿאָר ענדערונגען אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין די חב״ד־קרײַזן אין מעלבורן און אין סידנעי. דרײַ חב״ד־רבנים האָבן רעזיגנירט פֿון אַ טײל זײערע אַמטן במשך פֿון אײן װאָך.

הרבֿ יוסף פֿעלדמאַן (סידנעי) האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט װי אַ דירעקטאָר פֿון דער ישיבֿה נאָך דעם װי די קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס האָט געפֿאָדערט זײַן רעזיגנאַציע. דאָס איז געשען נאָך דעם װי ער האָט געמאָלדן דער קאָמיסיע, אַז ער האָט נישט געװוּסט, אַז עס איז אומלעגאַל אין אױסטראַליע, אַז אַ דערװאַקסענער זאָל אָנרירן די געשלעכטס-אָרגאַנען פֿון קינדער. די אינטערנאַציאָנאַלע חב״ד־אָרגאַניזאַציע האָט געמאָלדן, אַז זי האָט צוריקגעצױגן הרבֿ פֿעלדמאַנס סטאַטוס װי אַ חב״ד־שליח.

הרבֿ אַבֿרהם גליק, דער געװעזענער פֿאַרװאַלטער פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה, האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט װי אַ לערער בײַ דער ישיבֿה. ער איז געװען דער, װאָס האָט צוגענומען די סטיפּענדיע בײַ דער משפּחה פֿון אײנעם פֿון די געליטענע נאָך דעם װי זײַן מאַמע האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר אים. הרבֿ גליק האָט אױך רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט װי אַ מיטגליד בײַ דער גײַסטיקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה.

דער הױפּט פֿונעם „ועד הרבנים‟ פֿון אױסטראַליע (אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד), הרבֿ מאיר שלמה קלוגאַנט, האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט בײַם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד און פֿון דער שטאַטישער פּאָליצײ אין װיקטאָריע נאָך דעם װי ער האָט אָנגעזאָגט דער קאָמיסיע, אַז ער האָט געשיקט אַ באַלײדיקנדיקן בליצבריװ װעגן דעם טאַטן פֿון אײנעם פֿון די געליטענע צום רעדאַקטאָר פֿון די „אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, נאָך דעם װי ער האָט פֿאַרזיכערט די מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע, אַז די קהילה טאָר נישט פֿאַרשטױסן די געליטענע און זײערע משפּחות.

נײַער „ועד הרבנים‟ פֿאַר אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד

עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער „ועד הרבנים‟ פֿון אױסטראַליע, װאָס זאָגט, אַז ער װעט מסתּמא נישט דערלױבן, אַז די רבנים, װעלכע האָבן געשפּילט אַ נעגאַטיװע ראָלע אינעם סקאַנדאַל אַרום סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער, זאָלן אָנערקענט װערן װי מיטגלידער פֿון דער נײַער אָרגאַניזאַציע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.