די שטילע אַמעריקאַנער געפֿאַר פֿאַר ישׂראל

The Silent American Danger for Israel

ייִדישע אימיגראַנטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט דער ישׂראלדיקער פֿאָן נאָך דעם, וואָס זיי זענען אָנגעקומען אינעם פֿלי־פֿעלד א״נ פֿון בן־גוריון אין תּל־אָבֿיבֿ
Getty Images
ייִדישע אימיגראַנטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט דער ישׂראלדיקער פֿאָן נאָך דעם, וואָס זיי זענען אָנגעקומען אינעם פֿלי־פֿעלד א״נ פֿון בן־גוריון אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון שבֿע כּהן

Published February 24, 2015, issue of March 20, 2015.

שטיצער פֿון ישׂראל זענען נוהג צו באַשולדיקן אַמעריקע אין איר פּאָליטיק, וואָס איז עלול צו שעדיקן די ייִדישע מדינה: „דער פּרעזידענט וויל די ישׂראלים האַלטן נענטער צו דעם אַראַבישן לאַגער, אָדער ער מישט זיך אַרײַן אינעם מיטל-מיזרח אויף אַ צעשטערערישן אופֿן‟. עס לויערט אָבער נאָך אָ געפֿאַר, אויב נישט פֿאַר מדינת-ישׂראל איז, פֿאַר אירע בירגער: די „אַנגלאָ-סאָקסישע‟ עולים.

עס גייט דאָ די רייד וועגן דער אַמעריקאַנער נטיה צו עקסטרעמע אידעאָלאָגיעס. צום בײַשפּיל, די אַמעריקאַנער מאַכן אַ גרויסן טומל אַרום געשלעכט. פֿון איין זײַט, האָט מען שטאַרק פּוריטאַנישע מענטשן, וואָס זײַנען קעגן סעקסועלע באַציִונגען פֿאַר דער חתונה, האָמאָסעקסואַליזם, דעם נוץ פֿון פּרעזערוואַטיוון, אַבאָרטן אאַ״וו. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען אַ באַוועגונג פֿון זײַן „סעקסועל פּאָזיטיוו‟, וואָס האַלט, אַז כּמעט אַלץ איז לעגיטים, און אַז אַן אַלטע בתולה, דאָס הייסט, אַ פֿרוי אין אירע פֿריִע צוואַנציקער, איז שוין נישט מיט אַלעמען.

דער אמת איז, אַז אין ישׂראל האַלט מען פֿאַר אַ בושה, ווען מע קומט צו 30 יאָר, און מע האָט נאָך קיינעם נישט. בדרך־כּלל, שטעלט מען דעם טראָפּ, קודם־כּל, אויף די באַציִונגען, און ווייניקער אויף דעם, וואָס דאָס פּאָרל טוט (אָדער טוט נישט) אין בעט. דער אַמעריקאַנער געדאַנקען-גאַנג, וואָס דרינגט פֿון דעם אַרויס איז, אַז די פּאָליטישע אונטערשיידן זײַנען מער וויכטיק, ווי די רעליגיעזע אָדער עטנישע בײַם אויסקלײַבן אַ זיווג. אין ישׂראל איז אַזאַ צוגאַנג גאַנץ פֿרעמד, ווײַל די פּאָליטישע דעות, האַלטן די ישׂראלים, מישט מען נישט מיט מאָראַלישקייט.

אָבער לאָמיר שוין צוגיין צו דער הויפּטזאַך: ייִדישער טעראָר.

די באַרימסטע ישׂראלדיקע טעראָריסטן, מישטיינס געזאָגט, זענען אַלע אַמעריקאַנער ייִדן. איך רעד נישט וועגן די יונגע שלעגער, וואָס ווילן דערלאַנגען קלעפּ צוריק די אַראַבער, ווי אַ מין אומענדלעכער עכאָ צו דעם, וואָס די אַראַבער טוען אָפּ די ייִדן. איך רעד פֿון מענטשן, וואָס האַלטן אַזוי שטאַרק פֿון ציוניזם, אַז זיי זײַנען גרייט צו דערשיסן אומשולדיקע אַראַבער, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען. למשל, ברוך גאָלדשטיין איז געוואַקסן אין ברוקלין און האָט עולה געווען שוין ווי אַ דערוואַקסענער. נאָך אַ ייִדישער טעראָריסט, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אַמעריקע, וואָס זיצט אין תּפֿיסה, איז יעקבֿ טײַטל. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין דעם מאָרד פֿון צוויי פּאַלעסטינער.

די איינציקע פּאַרטייען, וואָס זײַנען פֿאַרבאָטן געוואָרן אין מדינת־ישׂראל צוליב זייערע ראַסיסטישע דעות, זײַנען געווען כּ”ך און „כּהנא חי‟, די פּאַרטייען פֿון מאיר כּהנא, אויכעט אַן עולה פֿון אַמעריקע. איך דערמאָן די לייענער, אַז די כּנסת האָט עטלעכע פּאַרטייען, וואָס האַלטן, אַז עס דאַרף בכלל נישט זײַן קיין ייִדישע מדינה.

אפֿשר קען מען טענהן, אַז עס איז נישט יושרדיק צו באַשולדיקן די אַמעריקאַנער עולים אין אַלע זינד, צוליב געציילטע עקסטרעם־אַקטן, אָבער, דאָך, זעט מען, אַז די אַמעריקאַנער עולים דרוקן אויס שטאַרקע רעכטע דעות. לויט שׂרה הירשהאָרן, אַ דאָקטאָראַנטקע, וואָס האָט געשריבן איר דיסערטאַציע וועגן די אַמעריקאַנער אין דער קאָלאָניאַליסטישער באַוועגונג, באַטרעפֿן די אַמעריקאַנער ייִדן ווייניקער ווי 8.5% פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל; אָבער 15% פֿון די ייִדן, וואָס וווינען אין די קאָלאָניעס פֿון יהודה און שומרון, זײַנען געקומען פֿון אַמעריקע. דער פּאַראַדאָקס שטעקט אָבער אין דעם, אַז אַזעלכע ייִדן שטימען נישט „רעכט‟ אין אַמעריקע, און גלייבן, אַז מע דאַרף מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער, פּשוט נישט אויפֿן חשבון פֿון די ייִדישע רעכט צו לעבן אין ארץ-ישׂראל.

וואָס שייך די אַמעריקאַנער ייִדן פֿונעם לינקן לאַגער, האָבן זיי אויך געשאַפֿן אַ געפֿאַר פֿאַר דער מדינה, ספּעציעל אין די געזונט־ענינים. צוליב דעם אַמעריקאַנער אינדיווידואַליזם, האַלטן זיי זייער אָפֿט פֿון „אַלטערנאַטיווער מעדיצין‟; אָבער די ישׂראלים געדענקען נאָך די סאָציאַליסטישע פּרינציפּן פֿון דער מדינה, ווען זי איז נאָך געווען אָרעם, אָדער ווי אַזוי עס האָט זיך געפֿירט אין די מדינות, וועלכע זיי האָבן פֿאַרלאָזט. זיי האָבן אַ געוויסן אינטערעס צו „אַלטערנאַטיוון‟, נאָר אין גאָר אַ באַגרענעצטער מאָס.

דער רעזולטאַט דערפֿון איז, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן ברענגען צוריק אַרײַן קיין ישׂראל אַרכאַיִשע קרענק, ווי מאָזלען און מומס. ערשט לעצטנס האָב איך געהערט פֿון אַנדערע מאַמעס, אַז קײַכהיס איז אויך אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אין לאַנד, און די רעגירונג האָט באַשלאָסן, אַז אַלע טראָגעדיקע פֿרויען זאָלן מאַכן די אײַנשפּריצונג קעגן אים אומזיסט (פֿריִער האָט מען געמוזט באַצאָלן 70 שקלים). אויב מען וווינט אין אַ געגנט מיט אַ סך אַנגלאָ-סאַקסישע איז דאָס קינד אויך נישט פֿאַרזיכערט אין דער שול. 95% פֿון ישׂראלים מאַכן די אײַנשפּריצונגען לויטן צײַט-פּלאַן פֿונעם געזונט-מיניסטעריום; איז צו וואָס דאַרף מען אַ געזעץ, אַז נאָר די קינדער וואָס האָבן שוין די אײַנשפּריצונגען אַדורכגעמאַכט, מעגן זיך לערנען אין דער שול, ווי ס׳איז דאָס געזעץ אין שטאַט ניו-יאָרק?

די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען אַנדערש פֿון אַנדערע עולים. זייער לעבן וואָלט לכאורה געווען בעסער, ווען זיי וואָלטן נישט עולה געווען, נאָר געבליבן אינעם לאַנד, וווּ זיי זײַנען געבוירן געוואָרן. די הויפּט-סיבה פֿאָר זייער עליה איז אידעאָלאָגיע. די ישׂראלדיקע רעגירונג מוז אַכטונג געבן, אַז אַזאַ נטיה צו עקסטרעמע דעות זאָל נישט שעדיקן די זיכערהייט פֿון די אַנדערע ישׂראלדיקע בירגער.