די ראָלע און טראַגעדיע פֿון די ייִדן־סעקציעס

The Role and Tragedy of the "Jewish Sections"

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

אַן אַגיטאַציע־פּלאַקאַט, וואָס רופֿט די ייִדן צו ערד־אַרבעט
Getty Images
אַן אַגיטאַציע־פּלאַקאַט, וואָס רופֿט די ייִדן צו ערד־אַרבעט

עס זײַנען אַ מאָל געווען אַזעלכע „שרעקלעכע‟ ייִדישע ווערטער: „יעווסעקציע‟ און „יעווסעק‟. מע האָט זיי גענוצט אויך ווי זידלווערטער — אין אַנטי־קאָמוניסטישע פּובליקאַציעס. אַ סך זאַכן האָט מען זיי ניט געקענט מוחל זײַן. קודם־כּל, די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע זייערע. און דערצו זײַנע געווען אַ סך „קלייניקייטן‟: זייער קאַמף מיט ייִדישע טראַדיציעס, סײַ רעליגיעזע, סײַ וועלטלעכע.

געשטאַמט האָבן די דאָזיקע באַגריפֿן „יעווסעקציע‟ און „יעווסעק‟ פֿון רוסיש און מיינען האָבן זיי געמיינט: „יעווסעקציע‟ — ייִדישע סעקציע בײַ דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און די „יעווסעקן‟ זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן געפֿירט זייער טעטיקייט אין אָט די סעקציעס. Evsektsiia אין דער אמתן, איז געווען ניט איין סעקציע, נאָר אַ צאָל אַזעלכע סטרוקטורן בײַ דער פּאַרטיי. די זאַך איז, אַז ס’איז באַשלאָסן געוואָרן, אפֿשר דורך לענינען אַליין, אַז די פּאַרטיי וועט אָפּגעשוואַכט ווערן, אויב זי וועט האָבן באַזונדערע, היעראַרכיש־פֿאַרבונדענע נאַציאָנאַלע אָפּטיילן.

דערפֿאַר זײַנען די ייִדישע סעקציעס געווען צעוואָרפֿן בײַ פֿאַרשיידענע סעגמענטן פֿון דער פּאַרטיי גופֿא: אַ סעקציע בײַם צענטראַלן קאָמיטעט, סעקציעס בײַ רעפּובליקאַנישע קאָמיטעטן וכ’. למשל, די „יעווסעקציע‟ בײַ דער פּאַרטיי־אָנפֿירונג פֿון אוקראַיִנע איז געווען דירעקט אונטערגעוואָרפֿן דער דאָזיקער אָנפֿירונג און ניט דער „יעווסעקציע‟, וואָס איז געזעסן אין מאָסקווע, בײַם צענטראַלן קאָמיטעט. אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ סטרוקטור איז שפּעטער געווען אויך בײַ די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער: די סעקציעס בײַ די שרײַבער־פֿאַראיינען פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד זײַנען ביוראָקראַטיש־היעראַרכיש ניט געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער מאָסקווער סעקציע. אין ביידע פֿאַלן איז דער געדאַנק געווען דער זעלבער, דהײַנו: ניט צו געבן די ייִדישע קאָמוניסטן צי ייִדישע שרײַבער קיין מעגלעכקייט צו שאַפֿן שטאַרקע אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאַרבינדונגען.

דער פֿאַקט אַליין פֿון קומען צום באַשלוס וועגן אָרגאַניזירן „יעווסעקציעס‟ (געשען איז עס אין יאָר 1918) האָט געוויזן, אַז די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי־אָנפֿירונג איז גרייט געווען צו ווײַזן אַ געוויסע בייגעוודיקייט. דאָס איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, געווען אַן אָפּנייג פֿון דעם אײַזערנעם באָלשעוויסטישן פּרינציפּ — ניט צו צעברעקלען די פּאַרטיי אויף פֿעדעראַציעס און אַנדערע מינים אויטאָנאָמע קהילות. דאָך, האָבן די „יעווסעקציעס‟ אויסגעזען ווי אַ גוטער אופֿן צו געבן אַ לינגוויסטיש און קולטורעל באַקוועמען ווינקל פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע לײַט, וואָס האָבן געוואָלט זיך אַרײַנגיסן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (די באָלשעוויקעס האָבן זיך נאָך דער רעוואָלוציע אַלץ מער גערופֿן קאָמוניסטן).

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „חדר” אויף אַן אנטי־רעליגיעזער טעמע, אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער, מינסק, 1920—1930ער יאָרן
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „חדר” אויף אַן אנטי־רעליגיעזער טעמע, אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער, מינסק, 1920—1930ער יאָרן

דאָ מוז מען אונטערשטרײַכן, אַז די ייִדישע סעקציעס זײַנען געווען ניט פֿאַר אַלע ייִדן, נאָר בלויז פֿאַר אַזעלכע, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש ניט געקענט (צי ניט געוואָלט) ווערן מיטגלידער אין די אַלגעמיינע — רוסיש־ צי, למשל, אוקראַיִניש־רעדנדיקע — פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציעס. נאָך מער: מע האָט געקוקט קרום, טאָמער די „יעווסעקן‟ פֿלעגן אַרויסווײַזן צו פֿיל אינטערעס צום פֿירן אַן אַרבעט ניט אויף ייִדיש. אין אַזאַ אינטערעס האָט מען אײַנגעזען „אַלאַרמירנדיקע סימנים פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם‟. מע האָט עס געטײַטשט אַזוי: איין זאַך, ווען מע מוז פֿירן די אַרבעט אויף ייִדיש, און גאָר אַן אַנדער זאַך, ווען מען פֿירט אַ כּלל־טעטיקייט צווישן אַלע מינים ייִדן. אַקולטורירטע ייִדן האָבן געמוזט וואָס גיכער ווערן אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.

די „יעווסעקציעס‟ האָבן געפֿירט זייער אַרבעט אין צוויי ריכטונגען: קודם־כּל, האָבן זיי רויִנירט דאָס עקזיסטירנדיקע ייִדישע לעבן, באַזונדערס, די אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאָרמען פֿון דעם דאָזיקן לעבן. גלײַכצײַטיק, האָבן זיי געבויט סאָוועטישע פֿאָרמען פֿון ייִדישער טעטיקייט. הקיצור, מע האָט עס אַלץ געטאָן אַזוי, ווי עס זינגט זיך אין דעם קאָמוניסטישן (און די ערשטע 25 יאָר נאָך דער רעוואָלוציע — סאָוועטישן) הימען „אינטערנאַציאָנאַל‟:

די וועלט פֿון גוואַלדטאַטן און לײדן
צעשטערן וועלן מיר, און דאַן —
פֿון פֿרײַהייט, גלײַכקייט אַ גן־עדן
באַשאַפֿן וועט דער אַרבעטסמאַן.

בילדונג איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון דער גן־עדן־בויונג. אין אוקראַיִנע זײַנען אין יאָר 1924 געווען 268 ייִדישע שולן, און אין יאָר 1931 איז זייער צאָל אויסגעוואַקסן ביז 1,096. היפּש אויסגעוואַקסן איז די צאָל ייִדישע שולן אויך אין ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד. אַ חוץ דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער אַרבעט, האָבן די „יעווסעקציעס‟ זיך אַקטיוו באַטייליקט אין כּלערליי אַנדערע פּראָיעקטן, בפֿרט אינעם שאַפֿן ייִדישע קאָלאָניעס און, בכלל, אין אויסזוכן נײַע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פֿאָרמען, וועלכע זאָלן געבן אַ מעגלעכקייט די ייִדן זיך אינטעגרירן אין דעם סאָוועטישן הויפּשטראָם. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די „יעווסעקן‟ אויפֿגעטאָן ניט ווייניק גוטע זאַכן. צוליב דעם זײַנען צענדליקער טויזנטער ניט־סאָוועטישע ייִדן אַנטציקט געוואָרן פֿון די קאָמוניסטישע דערגרייכונגען און געוואָרן אַ טייל פֿון דער גאַנץ ממשותדיקער לינקער סבֿיבֿה אין אַ צאָל לענדער.

דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז מיט 85 יאָר צוריק, אָנהייב 1930, האָט מען די ייִדישע סעקציעס ליקווידירט. דאָס איז געווען די צײַט, ווען פֿון מאָסקווע זײַנע אָנגעקומען אינסטרוקציעס אין די אויסלענדישע קאָמוניסטישע פּאַרטייען, זיי זאָלן עס טאָן אויך בײַ זיך. קיין ספּעציפֿיש אַנטי־ייִדישע קאַמפּאַניע איז עס ניט געווען. דאָס זעלבע האָט מען געטאָן אויך מיט אַנדערע סעקציעס. דער ציל איז געווען צו „קאָנסאָלידירן די רייען‟ — די שטענדיקע אידעע־פֿיקס פֿון די באָלשעוויסטישע אידעאָלאָגן.

דערמיט האָט זיך פֿאַרענדיקט דער „יעווסעקישער פּעריאָד‟ אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע. דעם ווײַטערדיקן פּעריאָד קען מען געבן דעם נאָמען פֿון „ביראָבידזשאַנער‟, ווײַל די ווײַט־מיזרחדיקע אוטאָפּיע האָט גענומען שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין דער סאָוועטיש־ייִדישער פּאָליטיק. פֿירן די אַרבעט האָבן געמוזט די זעלבע מענטשן — די געוועזענע „יעווסעקן‟, צווישן וועלכע זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מענטשן — שמאָלקעפּיקע דאָגמאַטיקער, אויפֿריכטיקע אידעאַליסטן, טאַלאַנטירטע אינטעלעקטואַלן, קאַריעריסטן וכ׳. בדרך־כּלל איז זיי ניט לאַנג געווען באַשערט צו פֿירן די דאָזיקע אַרבעט. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן ניט איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע מאַסן־„רייניקונגען‟ אין דער צווייטער טייל פֿון די 1930ער יאָרן; אָדער האָבן איבערגעלעבט די רעפּרעסיעס נאָכן אָפּשמאַכטן לאַנגע יאָרן אין „גולאַג‟. אַזאַ איז שוין געווען די „יעווסעקישע דאָליע‟.