פֿאַרוואָס זאָרגט זיך דע־בלאַזיאָ וועגן אייראָפּעיִשע ייִדן?

What's Behind Bill de Blasio's Concern For European Jews?

ביל דע־בלאַזיאָ שמועסט מיטן פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, אין דער מאַנהעטענער שיל „פּאַרק איסט‟
Getty Images
ביל דע־בלאַזיאָ שמועסט מיטן פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, אין דער מאַנהעטענער שיל „פּאַרק איסט‟

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס (Forward)

Published March 05, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אסתּר פֿוקס, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פּאָליטאָלאָגיע אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז די ניו־יאָרקער וואַלן־פּאָליטיק האַלט אין איין וואַקלען זיך. אויב דע־בלאַזיאָ וויל ווידער געווינען זײַן פּאָזיציע, מוז ער זיך רעכענען מיט דער קאָמפּליצירטער מאַפּע פֿון די עטנישע און ראַסע־פֿאַקטאָרן. מיט אַ וואָך צוריק, האָט דע־בלאַזיאָ זיך פּלוצעם באַוויזן אויף דער חתונה פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן סקווערער רבין, וועלכער פֿירט אָן מיטן קאָנטראָווערסאַלן חסידישן שטעטל ניו־סקווער. ווי עס זעט אויס, האָט דער מעיאָר געגעבן אַ קוש דעם רבינס האַנט.

הגם ניו־סקווער האָט אַ ממשותדיקן כּוח אין דער שטאַט־פּאָליטיק, וווינען ווייניק סקווערער חסידים אין דער שטאָט ניו־יאָרק גופֿא. דעם 24סטן פֿעברואַר, האָט דע־בלאַזיאָ אויך געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט די חסידים, כּדי אָפּצושאַפֿן אַ טייל רעגולאַציעס מכּוח דער מציצה־בפּה.

אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל „פּאַרק איסט‟, אָנגעפֿירט דורך הרבֿ אַרטור שניאור, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה און אַ באַקאַנטער אַקטיוויסט פֿון צווישן־רעליגיעזע באַציִונגען, איז אויף דער זעלבער אונטערנעמונג אויפֿגעטראָטן דער פֿראַנצויזישער הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, וועלכער האָט פֿאַרגליכן די בלוטיקע געשעענישן אין פּאַריז מיטן 11טן סעפּטעמבער. דע־בלאַזיאָ האָט, פֿון זײַן צד, פֿאַרגליכן דעם הײַנטיקן אַנטיסעמעטיזם אין אייראָפּע מיט דער געשיכטע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד.

פֿוקס האָט דערקלערט, אַז דע־בלאַזיאָ איז ממשיך דעם אַלטן מינהג פֿון די ניו־יאָרקער מעיאָרס, וואָס אַנטוויקלען אייגענע באַציִונגען מיט די אַנדערע לענדער און פֿירן זיך אויף ווי אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטיקער. זײַנע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה קאָנען אים באַזאָרגן מיט אַ סך שטימען אויף די קומענדיקע וואַלן. ניו־יאָרק איז באַקאַנט ווי אַ שטאָט, וווּ עס הערשן גאָר צינישע פּאָליטישע טענדענצן. פֿונדעסטוועגן, זעט אויס, אַז דע־בלאַזיאָס פּאָליטיק שטימט טאַקע מיט זײַנע אייגענע פּאָזיציעס.