„לייבל‟ נימוי צו גאַסט אין מײַן ייִדיש־קלאַס

“Leybl” Nimoy’s Visits to My Yiddish Class

לייבל (לענאַרד) נימוי און מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
לייבל (לענאַרד) נימוי און מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 06, 2015, issue of April 03, 2015.

אַ מענטש האָט אָפּגעלעבט 83 יאָר, און בײַם לעבן דורך אַ צופֿאַל אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גאָלד־גרוב. איך רעד דאָ וועגן דעם באַרימטן קינאָ־אַקטיאָר לייבל (לענאַרד) נימוי, וועמען איך האָב געקענט און געווען באַפֿרײַנדעט מיט אים אַ קימא־לן ווער ווייסט וויפֿל יאָר.

איך האָב דעם הויכן, שמייכלענדיקן אַקטיאָר באַקענט אין 1998, בײַ מײַנס אַ ייִדישער פּיעסע „לידער פֿון גן־עדן‟, וואָס מ‘האָט דעמאָלט געשפּילט אין שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און „פּאַבליק־טעאַטער”, בעת דזשאָו פּאַפּ האָט עס פּראָדוצירט. לייבל און איך האָבן זיך אָפֿט באַגעגנט און געשמועסט אויף ייִדיש.

דער אמת איז, אַז ער האָט אָנגעהויבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אויף דער ייִדישער בינע מיט מאָריס שוואַרצן אין „טובֿיה דער מילכיקער‟. נאָך דעם איז די צײַט אַוועק, זוכנדיק אַרבעט אין האַליוווּד וווּ די אַקטיאָרן זײַנען אַדורך קאַלטס און וואַרעמס ביז זיי האָבן עפּעס געפֿונען. דער אמת איז, אַז ס’איז אַלעמאָל געווען און געבליבן איינס פֿון די שווערסטע פּראָפֿעסיעס ווי צו מאַכן אַ קערבל. ווי אַן אַקטיאָר האָט ער זיך נישט ספּעציעל אויסגעצייכנט ביז… מ’האָט אים פֿאָרגעלייגט די דרײַ וואָכעדיקע עפּיזאָדן אויף טעלעוויזיע אין אַ סעריע, וואָס האָט געהייסן „סטאַר־טרעק‟, אַ פֿאַנטאַסטישע מעשׂה, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט פֿליִענדיקע פּלאַנעטן און אַלערליי פֿיקטיווע כאַראַקטערן. אָפּגעשפּילט דרײַ וואָכן, באַקומען דערפֿאַר פֿינף און דרײַסיק דאָלער געהאַלט און משה זוך מיך.

האָט ער זיך ווידעראַמאָל אַרומגעדרייט אָן אַן אַרבעט און געהאַלטן בײַ אויפֿגעבן די גאַנצע אַקטיאָרסקע פּראָפֿעסיע בכלל, ביז ס’האָט זיך געפֿונען אַ פּראָדוצענט, וועלכער האָט דערזען אין „סטאַר טרעק‟ אַ שלאַגער, און אָנגעשטעלט די זעלבע אַקטיאָרן, און ס’איז אַוועק ווי געשמירט.

נאָכן באַקענען זיך נעענטער מיט לייבלען, האָב איך אים פֿאַרבעטן אין מײַנע קלאַסן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. ער האָט עס מיט אהבֿה אָנגענומען. דער גאַנצער שטאָק לערער און סטודענטן זײַנען זיך צוזאַמענגעלאָפֿן ווי אויף אַ יריד בלויז אָנצוקוקן דעם „מיסטער ספּאַק‟; אַלע האָבן אים געקענט פֿון די פֿילמען. ווען לענאַרד איז אַרײַנגעקומען אין מײַן געפּאַקטן קלאַס, האָט ער באַלד באַפֿוילן:

„אַזוי ווי איך רעד אַ נישקשהדיקן ייִדיש, וויל איך, אַז די פֿראַגעס זאָלן געשטעלט ווערן אויף ייִדיש, ווײַל אויף ענגליש וועל איך זיי נישט ענטפֿערן.

די ערשטע פֿראַגע איז געווען:

„פֿון וואַנען איז געקומען דאָס וואָרט ׳וואָלקן׳, מיט וועלכן עס איז באַצײכנט געווען דער פֿליִענדיקער פּלאַנעט פֿון זינט ער האָט זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן?”

לייבל האָט זיך צעשמייכלט און געענטפֿערט:

„ווען מען האָט געזוכט אַ נאָמען פֿאַר מײַן פּלאַנעט, האָב איך פֿאָרגעלייגט ׳וואָלקן׳, פֿונעם ייִדישן וואָרט ׳וואָלקן׳, כמאַרע. אַלע האָבן הנאה געהאַט.

„און פֿון וואַנען זײַנען געקומען די צעשפּרייטע פֿינגער, מיט וועלכע ער באַנוצט זיך אין די פֿילמען?”

„האָט לייבל זיך מודה געווען, אַז ס’איז געקומען פֿון אַ כּהנס דוכנען.” איך האָב אים געפֿרעגט פֿון וואַנען קומט דער נאָמען „נימוי?”

האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט קיין אַנונג. דאָ האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן רוסיש און צוגעגעבן, אַז דאָס איז אַ רוסיש וואָרט, וואָס מיינט „אַ שטומער.” שטעלט אײַך פֿאָר זײַן איבערראַשונג און דאָס געלעכטער פֿון דער חבֿרה סטודענטן אין קלאַס. איך האָב אים מסביר געווען, אַז ווען די צענזאָרן זײַנען אַרמגעגאַנגען איבער די שטעט און שטעטלעך רעגיסטרירן די אײַנוווינער, האָט זײַן ווײַטער קרוב מסתּמא נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מען וויל פֿון אים, האָט ער געשוויגן. האָט מען אים באַצײַכנט ווי אַ „נימוי”, אַ שטומען, מײַן סבֿרה.

ווען איך האָב איין אָדער צוויי מאָל געלערנט ייִדיש אויף מײַן ווינטער־וואַקאַציע אין „יו. סי. על. איי.”־קאַלעדזש אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מיך לענאַרד פֿאַרבעטן אויף וועטשערע אין זײַן הויז אין בעווערלי הילס.

לאָמיך אײַך אויסזאָגן נאָך אַ סוד, ער איז געווען זייער אַ באַשיידענער מענטש; דאָס הויז איז געווען פּשוט, גאָרנישט ווי ס’רעשט וועגן די האַליווודער באַרימטע אַקטיאָרן. זײַן פֿרוי, סוזען, איז געווען אַ ייִדישע טאָכטער, ווידעראַמאָל באַשיידן און געלאַסן, אָן שום פּרעטענזיעס, און מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ היימישן אָוונט. פֿון דעמאָלט אָן האָט מען זיך פֿון צײַט צו צײַט באַגעגנט, אָנגעהאַלטן קאָנטאַקט דורך בליץ־פּאָסט, יעדן ראש־השנה זיך געוווּנטשן אַ גוט און געזונט יאָר, און ער האָט כּסדר געוואָלט וויסן, וואָס עס טוט זיך אין קאָלומביע לגבי דער ייִדיש־פּראָגראַם.

ווען מען האָט מיט איבער צען יאָר צוריק אָפּגעזאָגט די חזקה (טעניאָר) פֿונעם פּרעכטיקן פֿראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלצן און נישט געוואָלט באַנײַען זײַן שטעלע, האָט די ייִדישע פּראָגראַם גענומען הינקען, דעמאָלט האָב איך זיך געטיילט מיטן פֿאַרלוסט מיט לייבלען, אַז מיר דאַרפֿן אַ סטאַבילע קאַטעדרע (טשעיר) צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. און אַז מיר דאַרפֿן אָנשטעלן נאָך ייִדישע פּראָפֿעסאָרן, מיט ייִדיש וויסן, וועלכע זאָלן פֿאַרטרעטן רחמיאל פּעלצן. האָט לענאַרד נימוי אַרויסגענומען זײַן טשעק־ביכל און אויסגעשריבן די סומע פֿון קרוב צו אַ מיליאָן דאָלער און עס אײַנגעלייגט מיטן באַדינג, אַז עס מוז זיך געפֿינען אַן אַנדער מיליאָנער קאַנדידאַט און דעקן דעם זעלבן סכום. דערווײַל האָט מיך אָנגעכאַפּט איינע פֿון די געלט־זאַמלער אין קאָלומביע און געפֿרעגט:

„ווי אַזוי שטעל איך זיך פֿאָר קען מען באַקומען די זעלבע סומע וואָס לענאַרד נימוי האָט אײַנגעלייגט אויף אַ ייִדיש־קאַטעדרע אין קאָלומביע?”

האָב איך זיך געוווּנדערט וועגן דער געלט־זאַמעלערין, וואָס זי הייבט נישט אָן צו וויסן ווי אַזוי צו זאַמלען געלט. זאָג איך איר:

„זייער פּשוט, קאָלומביע וועט מאַכן אַ גרויסע אויפֿנאַמע און באַנקעט פֿאַר לענאַרדן, און ער וועט פֿאַרבעטן זײַנע נאָענטע פֿרײַנד פֿון האַליוווּד, ווי מעל ברוקס, קאַרל רײַנער, ניל סײַמאָן, באַרבראַ סטרײַזאַנד… וועט זײַן איבערגענוג.”

איך בין געווען איבערגליקלעך און אַזוי, לויפֿנדיק אויף די טרעפּלעך אין קאָלומביע, האָב איך באַגעגנט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. מיט גרויס גליק האָב איך אויסגערופֿן:

„האָסט כאָטש געהערט פֿון אונדזער גרויסן פֿרייד?, לענאַרד נימוי האָט אײַנגעלייגט כּמעט אַ מיליאָן דאָלער אויף אַ ייִדישער קאַטעדרע, מען האָט עס נישט באַנײַט זינט אוריאל ווײַנרײַכן…”

יענע האָט מיך אָנגעקוקט קרום און געענטפֿערט:

„דערווײַל וועל איך זיך באַנוצן דערמיט אויף רײַזעס קיין אייראָפּע מיט רעפֿעראַטן אין מײַן פֿעלד.”

ווי נאָר איך האָב דערהערט דעם פּיזמון, האָב איך צו וויסן געטאָן לייבלען וועגן דעם גרויזאַמען שריט, און לייבל האָט גלײַך אָפּגענומען זײַן געלט פֿון קאָלומביע ,און רוף מיך קנאַק־ניסל. מיר האָבן ביידע באַדויערט איבער דעם גורל פֿון אונדזער לשון וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין פֿרעמדע און הײַשעריקע הענט. נישט געקוקט אויף דעם, זײַנען מיר פֿאַרבליבן גוטע פֿרײַנד ביזן סוף און זיך געטיילט מיט אונדזערע שמועסן אויף ייִדיש.

די טעג איז אַוועק אין דער אייביקייט אַן איידעלער מענטש, אַ פֿײַנער אַקטיאָר, וועלכער איז געווען גרייט צו זײַן בײַהילפֿיק ווען עס איז געקומען צו זײַן ייִדישער ירושה.

ברוך דיין אמת, זאָל דער איידעלער לייבל, לענאַרד נימוי, האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן.