ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „צילי‟
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „צילי‟

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 09, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רבֿ האָט ניט געגלײבט, אַז אַ מײדל איז אַ געליטענע

הרבֿ ברוך לעשעס, דער געװעזענער הױפּט פֿון דער „ישיבֿה גדולה‟ אין סידנעי, האָט געמאָלדן דער קיניגלעכער קאָמיסיע װעגן דעם אָפּרוף פֿון אינסטיטוציעס אױף פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער, אַז ער האָט ניט געגלײבט אַ מײדל, װאָס האָט זיך באַקלאָגט װעגן אַזאַ פֿאַל, װײַל „זי האָט געהאַט אַ טבֿע צו זאָגן ליגנס, כּדי אױסצומײַדן אומאײַנגענעמלעכקײטן‟. ער האָט פֿאָרגעלײגט דעם מײדלס עלטערן, אַז דער פֿאַל איז אָדער געװען אַ חלום אָדער אַ ליגן. אַ גרופּע ייִנגלעך האָט שױן געהאַט באַקלאָגט זיך אױפֿן זעלבן פֿאַרברעכער, נאָר דער רבֿ זאָגט, אַז ער געדענקט ניט אַזאַ שמועס. דער פֿאַרברעכער איז פֿאַרמישפּט געװאָרן צו טורמע, אָבער פֿאַר אַ דריטן פֿאַל. דער רבֿ, װאָס װױנט איצט אין אַמעריקע, האָט דאָס איבערגעגעבן דער קאָמיסיע אין דער פֿאָרם פֿון אַ בריװ.

מעלבורנער ישיבֿה מעלדט װעגן ענדערונגען

די מעלבורנער ישיבֿה־טאָגשול האָט געמאָלדן, אַז זי װעט פֿאַרעפֿנטלעכן אינפֿאָרמאַציע װעגן נײַע ענדערונגען אין ליכט פֿון אַ רײ רעזיגנאַציעס, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען װי אַ רעזולטאַט פֿון די פֿאַרהערן, װעלכע זײַנען לעצטנס פֿאָרגעקומען פֿאַר דער קיניגלעכער קאָמיסיע װעגן דעם אָפּרוף פֿון אינסטיטוציעס אױף פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער.

אױסשטעלונג װעגן מוסולמענישע ראַטירער פון ייִדן במשך פֿונעם חורבן

אַ נײַע אױסשטעלונג בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום דערצײלט װעגן מוסולמענער אין אַלבאַניע, װעלכע האָבן געראַטעװעט ייִדן פֿון די נאַציס במשך פֿונעם חורבן. די אױסשטעלונג איז צוגעגרײט געװאָרן פֿונעם יד־ושם. כּמעט אַלע ייִדן אין אַלבאַניע, סײַ היגע און סײַ פּליטים, האָבן איבערגעלעבט, װײַל אַלבאַניער האַלטן, אַז עס איז זײער פֿליכט צו העלפֿן אַנדערע בירגער. 68 אַלבאַניער װערן שױן אָנערקענט װי „חסידי־עומות־העולם‟. די אַלבאַנישע אױסטראַלישע איסלאַמישע געזעלשאַפֿט און דער „בני־ברית‟ זײַנען מיט־שותּפֿים מיטן מוזעום בײַם ברענגען די אױסשטעלונג קײן אױסטראַליע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.