ביליאָנערן דאַרפֿן פֿירן אַ דיאַלאָג מיט דער קהילה

Billionaires Need to Listen to the Jewish Community

Shutterstock

פֿון דזשיי רודערמאַן* (ייִט״אַ)

Published March 10, 2015, issue of April 03, 2015.

באָסטאָן. — במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר, איז אויסגעוואַקסן אַ נײַע קאַטעגאָריע פֿון ברייטהאַרציקע ייִדישע מנדבֿים, וואָס האָבן ממש איבערגעמאַכט די ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע רעאַליטעט. פֿון איין זײַט, האָבן זייערע מתּנות טאַקע אויפֿגעטאָן אַ סך פֿאַרן ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. אַ סך מער יונגע לײַט פֿאָרן איצט קיין ישׂראל; מער קינדער באַקומען סובסידיעס פֿאַר ייִדישע זומער־לאַגערן; מער דאָלאַרן פֿליסן אַרײַן אין דער ייִדישער מדינה, און אַלץ מער עלטערע ייִדן ווערן געהאָלפֿן אין דער לעצטער סטאַדיע פֿון לעבן. איין חסרון אָבער זעט מען יאָ: די סופּער־מנדבֿים באַשטימען די טאָג־אָרדענונג פֿון דער ייִדישער וועלט, און קיינער, חוץ זיי, האָבן נישט קיין דעה. אין געוויסע קהילות, גיט איין גבֿיר מער געלט פֿאַר ייִדישע צוועקן ווי אַלע אַנדערע יחידים און אָרגאַניזאַציעס אין איינעם.

„דאָס איז אַ גרופּע מיט אַ ריזיקן כּוח,‟ האָט מאַרק טשאַרענדאָף, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער Jewish Funders Network, געזאָגט אין 2007. „ס׳איז נישטאָ קיין שום אויפֿזיכט איבער זייערע באַשלוסן, וועלכע ייִדישע צוועקן צו פֿינאַנצירן. אַמאָל פֿאָרשן זיי יאָ אויס וואָס די קהילה דאַרף האָבן; אַן אַנדערט מאָל — נישט, ווײַל זיי טוען עס בלויז צוליב סטראַטעגישע אָדער עגאָיִסטישע סיבות. וואָס זיי זאָלן נישט באַשליסן, האָט עס אָבער אַ גרויסע השפּעה.‟

שטעלט זיך די פֿראַגע: האָבן נישט די סופּער־מנדבֿים אַ חובֿ צו פֿירן אַ דיאַלאָג מיט דער ייִדישער קהילה, כּדי זיך צו דערוויסן וואָס איז דער וויכטיקסטער צוועק צו פֿינאַנצירן? אמת, דער מנדבֿ דעקט טאַקע דעם חשבון, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, דאַרפֿן די ייִדן זיך דערנאָך אויסלעבן אינעם וועלטעלע, וואָס דער גבֿיר האָט צונויפֿגעשטעלט.

עס זענען תּמיד געווען גרויסע פֿילאַנטראָפּן אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער הײַנט געפֿינט זיך אַ קלאַס מנדבֿים מיט נישט בלויז מיליאָנען, נאָר אַפֿילו ביליאָנען. ווי אַ פּועל־יוצא באַטרעפֿן זייערע בײַשטײַערס אַ סך אַ העכערן פּראָצענט פֿונעם יערלעכן בודזשעט פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און דערפֿאַר פֿאָדערן זיי אַ סך אַ גרעסערע ראָלע אין באַשטימען ווי אַזוי מע זאָל דאָס געלט אויסניצן.

דער עלטערער דור מנדבֿים פֿלעגט גיבן בײַשטײַערס צו גרויסע אינסטיטוציעס, און זיך פֿאַרלאָזן אויף זיי צו באַשליסן וווּהין דאָס געלט זאָל גיין. דער ייִנגערער דור גבֿירים האָט אָבער ווייניקער צוטרוי צו דער עפֿעקטיווקייט פֿון יענע אינסטיטוציעס און וויל אויך האָבן אַ גרעסערע השפּעה; דערפֿאַר זאָגן זיי אָן די אָרגאַניזאַציע־פֿירער פּינקטלעך, וועלכן פּראָיעקט דאָס געלט זאָל פֿינאַנצירן, און זיי ריכטן זיך צו שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אינעם אַנטוויקלען דעם פּראָיעקט.

דאָס אַליין איז נישט קיין חסרון, אַזוי לאַנג ווי דער פֿאַרלאַנג פֿונעם מנדבֿ שטימט מיט די קאָלעקטיווע פּריאָריטעטן פֿון דער קהילה. אָבער אין געוויסע פֿאַלן, ווערן די אינטערעסן פֿונעם מנדבֿ במילא די הויפּט־סטראַטעגיע פֿון דער אָרגאַניזאַציע אָדער קהילה וואָס ער שטיצט. ווען אַ גבֿיר, וועלכער דעקט אַ העלפֿט פֿון די הוצאָות פֿון אַ געוויסער קהילה, דערקלערט, אַז ער וויל שטיצן אַ ייִדישן מוזיי אַנשטאָט אַ טאָגשול, האָט די קהילה בדרך־כּלל נישט דעם מוט זיך אַנטקעגנצושטעלן — אַפֿילו אויב די קהילה נייטיקט זיך טאַקע אין אַ טאָגשול.

ס׳איז געקומען די צײַט, אַז די ייִדישע פֿילאַנטראָפּן זאָלן אָננעמען אַ נײַע עטיק. זאָלן זיי ווײַטער אינוועסטירן זייער געלט ווי זיי ווילן, אָבער צו ערשט, זאָלן זיי זיך באַראַטן מיט די מיטגלידער פֿון דער קהילה, וואָס האַלטן זיי איז דער וויכטיקסטער צוועק צו פֿינאַנצירן?

פּונקט אַזוי ווי קאָרפּאָראַציעס האַלטן אָפּ יערלעכע זיצונגען מיט זייערע אַקציאָנערן, וועלכע שטימען פֿאַר דער ריכטונג פֿון דער פֿירמע, אַזוי דאַרפֿן די סופּער־מנדבֿים באַטראַכטן די ייִדן פֿון דער קהילה ווי אַקציאָנערן, און דערמעגלעכן אַן עפֿנטלעכע דיסקוסיע וועגן אירע באַדערפֿענישן.

אַזוי ווי וואָלטער האָט געזאָגט מיט מער ווי 200 יאָר צוריק: „אַ גרעסערע מאַכט פֿאָדערט אַ גרעסער אַחריות‟. זאָלן די גרויסע מנדבֿים אַליין אַרויסווײַזן מער אַחריות בײַם העלפֿן פֿאַרבעסערן און פֿאַרגרעסערן די ייִדישע קהילה.


דזשיי רודערמאַן איז דער פּרעזידענט פֿון דער „רודערמאַן משפּחה־פֿונדאַציע‟