וואָס טראַכטן די ישׂראלים וועגן אַמעריקאַנער?

What Do Israelis Think of Americans?

Anya Ulinich

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published March 11, 2015, issue of April 03, 2015.

ירושלים. — די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט איז באַקאַנט פֿאַר איר שטענדיקן אַמפּערן זיך, אָבער מיט איין זאַך זענען אַלע ישׂראלים מסכּים: די אַמעריקאַנער, זייערע געטרײַסטע שטיצער, קען מען גרינג אָפּנאַרן.

„ס׳רובֿ ישׂראלים האַלטן, אַז צוליב דעם וואָס די אַמעריקאַנער זענען פּראָ־ישׂראל, קענען מיר זיי אַלץ פֿאַרקויפֿן — אַפֿילו בלאָטע פֿונעם ים־יהמלח,‟ האָט באַמערקט דוד ליפֿשיץ, דער הויפּט־שרײַבער פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־קאָמעדיע, „ארץ נהדרת‟ (דאָס וווּנדערלעכע לאַנד).

אָבער נישט בלויז די אַמעריקאַנער טוריסטן ווערן באַטראַכט פֿאַר נאַיִוו. מ׳איז דאָ אויך מבֿטל די אַמעריקאַנער אויסלאַנד־פּאָליטיק, כאָטש ישׂראל באַקומט יעדעס יאָר ביליאָנען דאָלאַר אויסלענדישע שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין 2001 האָט מען בסוד רעקאָרידירט אַ דיסקוסיע אין אופֿרה, אַ ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ ברעג, צווישן דעם איצטיקן פּרעמיער בנימין נתניהו און אַ גרופּע געליטענע פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן. אויף דער פֿראַגע, צי אַ גרויסער ישׂראלדיקער אַטאַק אויף די פּאַלעסטינער וואָלט אַרויסגערופֿן פֿאַרדאַמונג בײַ די לענדער פֿון דער וועלט, האָט נתניהו געענטפֿערט שוואַרץ־אויף־ווײַס: „איך קען אַמעריקע גוט. מע קען זי גרינג פֿאַרקערעווען, אין וועלכער ריכטונג מע וויל. לאָמיר זאָגן, אַז זיי [די בוש־אַדמיניסטראַציע] וועלן עפּעס זאָגן. נו, איז וואָס? 80% אַמעריקאַנער שטיצן אונדז!‟

די סתּירה, אַז די ישׂראלים זענען אָפּהענגיק פֿון דער אַמעריקאַנער שטיצע, און דאָך האָבן זיי נישט קיין צוטרוי צו אַמעריקעס שטעלונגען וואָס שייך די ענינים פֿון מיטעלן מיזרח, דערקלערט, צום טייל, דעם חילוקי־דעות וועגן נתניהוס רעדע פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 3טן מאַרץ.

„אָבאַמאַ האָט פֿײַנט ישׂראל,‟ האָט באַמערקט אפֿי כאַסוט, אַ 50־יאָריקער פֿריזער, וועלכער האָט גערייכערט אַ פּאַפּיראָס אויף דער וועראַנדע פֿון זײַן סאַלאָן אין צענטער פֿון ירושלים. „ער האָט געפּרוּווט צופֿרידנשטעלן די אַראַבישע וועלט אויף אונדזער חשבון. ער פֿאַרשטייט זיי בכלל נישט.‟

אַ טייל פֿון דער סיבה פֿאַר וואָס די ישׂראלים האַלטן, אַז די אַמעריקאַנער פֿאַרשטייען נישט דעם מיטעלן מיזרח, איז ווײַל זיי האַלטן זיך ווי „צוקוקער אין דער ערשטער ריי‟ פֿון אַ ראַיאָן, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר געוואָרן אַלץ בלוטיקער און מער אומסטאַביל, האָט דערקלערט אַלעקס מינץ, אַ פּאָליטישער פּסיכאָלאָג בײַם אינסטיטוט IDC Herzlia.

אַ צווייטע סיבה פֿאַר וואָס די ישׂראלים געטרויען נישט אַמעריקע, איז צוליב זייער אַלגעמיינעם אומצוטרוי צו אַלעמען. „אַלע ישׂראלים קענען גוט דעם אויסדרוק: ’זאָלסט קיין מאָל נישט זײַן קיין פֿרײַער‘, וואָס איז טײַטש: ’לאָז זיך נישט אָפּנאַרן‘,‟ האָט אַרי בן־זאבֿ געשריבן אין זײַן בוך פֿון 2001, „אַ קסענאָפֿאָבישער וועגווײַזער צו די ישׂראלים‟. „דער פּרינציפּ, אַז מע זאָל למען־השם נישט זײַן קיין פֿרײַער, איז אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס די ייִדן האָבן 2,000 יאָר לאַנג זיך געמוטשעט ווי אַ מינאָריטעט אין אַ פֿרעמד לאַנד, און ס׳איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער באַקאַנטער תּקנה אין מיטעלן מיזרח, אַז אַלץ קען מען ׳אויסהאַנדלען׳ פֿאַרן ריכטיקן פּרײַז.‟

געוויסע ישׂראלים באַצייכענען אַפֿילו די אַמעריקאַנער עולים ווי „פֿרײַע‟. אין אַ שטודיע פֿון אַמעריקאַנער עולים, דורכגעפֿירט אין 1998, האָט איין באַטייליקטער געזאָגט, אַז ער פֿילט ווי די ישׂראלים באַטראַכטן אים ווי דער אמתער פֿרײַער, פֿאַר זײַן האָבן געגלייבט ישׂראלס „שיינע רעקלאַמעס‟, און ווי אַ פּועל־יוצא האָט ער אויסגעטוישט אַ גרינג לעבן אין אַמעריקע אויף אַן אומסטאַבילער עקזיסטענץ אין ישׂראל.

די מורא אָפּגענאַרט צו ווערן אַנטפּלעקט זיך אויך אויף אַנדערע אופֿנים. די ישׂראלים זענען באַקאַנט פֿאַר דינגען זיך שטאַרק איבער פּרײַזן און אויך פֿאַר שווינדלען די רעגירונג מיט זייער הכנסה־שטײַער — סײַ ווײַל ס׳איז גרינג צו טאָן, סײַ ווײַל זיי האַלטן, אַז די רעגירונג „נעמט אַוועק גענוג געלט‟ בײַ זיי.

דערפֿאַר זאָגן די ישׂראלים אָפֿט, אַז זיי גלייבן נישט זייערע פֿירער, און זיכער נישט זייערע שׂונאים. „די ישׂראלים האַלטן די אַראַבער פֿאַר ליגנער,‟ האָט באַמערקט אַמנון קאַוואַרי, אַ פּאָליטישער וויסנשאַפֿטלער.

דער טיפֿער ישׂראלדיקער ציניציזם איז דער היפּוך פֿונעם אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישן צוגאַנג, האָט געזאָגט אורי דרומי, אַ געוועזענער וואָרטזאָגער פֿון די פּרעמיערן יצחק ראַבין און שמעון פּערעס. „די אַמעריקאַנער ריכטן זיך, אַז זייערע אַליִיִרטע און זייערע קעגנער וועלן, אין לעצטן סך־הכּל, זיך פֿירן אויף אַ יושרדיקן אופֿן. אויב זיי זאָגן דיר עפּעס, איז עס מסתּמא אמת, און זיי וועלן זיכער האַלטן וואָרט.‟

צוליב דעם גרויסן אונטערשייד צווישן דעם ישׂראלדיקן און דעם אַמעריקאַנער קוקווינקל, האָט דער רעכטער פֿליגל אין ישׂראל לעצטנס אָנגעהויבן טענהן, אַז ישׂראל זאָל אויפֿהערן נעמען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַמעריקע פֿאַר ישׂראלדיק געווער. „מיר דאַרפֿן זיך באַפֿרײַען דערפֿון,‟ האָט נפֿתּלי בענעט, פֿאָרזיצער פֿון דער „היים־פּאַרטיי‟ געזאָגט דער Jewish Press אין 2013. „אונדזער מצבֿ הײַנט איז זייער אַנדערש ווי מיט 20—30 יאָר צוריק.‟

דער פֿריזער האַסוט איז מסכּים מיט בענעט: „פֿאַרוואָס קען ישׂראל נישט זאָגן אַמעריקע: ’מיר דאַרפֿן נישט אײַער געלט, און גיט אונדז נישט קיין דעות‘? מיר קענען זײַן אומאָפּהענגיק.‟ אויף דער פֿראַגע, צי וועט ישׂראל זיך טאַקע קענען אַן עצה געבן אָן אַמעריקעס הילף, האָט ער געענטפֿערט: „אַוודאי. נו, וועלן מיר נישט האָבן קיין F16ס.‟