נתניהו שטעלט איראַן צוריק אויפֿן סדר־היום

Netanyahu Turns Agenda Back to Iran

אַ ריי פּראָ־נתניהו פּלאַקאַטן אין תּל־אָבֿיבֿ
Getty Images
אַ ריי פּראָ־נתניהו פּלאַקאַטן אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון עמיל קאַלין

Published March 11, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

יצחק הערצאָג, דער פֿאָרזיצער פֿון דעם „ציוניסטישן לאַגער‟, טענהט זיך אײַן מיט נתניהו, אַז די רעדע קען נאָר צעשטערן און גאָרנישט פּועלן, אָבער הערצאָג זאָגט נישט, אַז ער איז פֿולשטענדיק זיכער אין אָבאַמאַן און גלייבט, אַז די איראַנער וועלן פֿאָלגן דעם אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך. פֿאַרוואָס שווײַגט הערצאָג, אַז עס קומט צו זײַן מיינונג? פּראָסט און פּשוט: אויב ער וועט זאָגן, אַז ער גלייבט אַמעריקע, וועט דער עולם אים האַלטן פֿאַר אַ נאַר.

עס קומט אָן שווער צו געפֿינען הײַנט ישׂראלים, וואָס שטעלן זיך קעגן דעם אינהאַלט פֿון נתנהיוס רעדע. טאַקע צוליב דעם, וואָס עס עקזיסטירט אין דער געזעלשאַפֿט אַ מער-ווייניקער אַלגעמיינע אײַנשטימונג מיט נתניהוס אויסגעדריקטע מיינונגען וועגן איראַן, וועט די רעדע אַליין האָבן אַ קנאַפּע השפּעה אויף דעם ווי די וויילער וועלן שטימען אין די וואַלן. אין בעסטן פֿאַל וועט „הליכּוד‟ צובאַקומען נאָך איין אָדער צוויי מאַנדאַטן אין דעם רעכטן בלאָק. זײַן רעדע וועט אים נישט ברענגען וויילער פֿון דעם אײַנגעשרומפּענעם לינקן בלאָק.

דערצו איז די רעדע אַליין געווען געצילט פֿאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלק, און נישט פֿאַר די וויילער אין ישׂראל. זי איז אָנגעשריבן געוואָרן לכתּחילה פֿאַר אַן אַמעריקאַנער אויער: דאָס איבערחזרן כּסדר די ספּעציעלע באַציִונגען צווישן די צוויי מדינות, דערמאָנען די בשותּפֿותדיקע ווערטן, דאָס הרגענען בין-לאַדען, דעם „גאָד בלעס אַמעריקאַ‟. אַלצדינג איז געווען אײַנגעאַנקערט טיף אין דעם אַמעריקאַנער גײַסט און קולטור.

אויף העברעיִש, צו די ישׂראלים, רעדט נתניהו אַ קאַפּעלע אַנדערש. די הויפּט־געדאַנקען זענען די אייגענע, נאָר די אַרגומענטן, די שטימונג איז אַן אַנדערע. די הויפּט פּעולה, וואָס די רעדע האָט געהאַט אין שײַכות מיט די וואַלן, איז דאָס צוריקברענגען אויפֿן סדר-היום די אויסערן-פּאָליטיק און דעם איראַנישן ענין. אין ביידע געביטן איז נתניהו שטאַרק און האָט בעסערע צוגעגרייטע ענטפֿערס און דערפֿאַרונג ווי זײַנע קעגנערס. אין דער אינערלעכער פּאָליטיק איז ער שוואַכער, און דעריבער איז אים בעסער מע זאָל רעדן וועגן זײַנע שטאַרקע מאָמענטן.

נתניהו איז באַרימט אין ישׂראל ווי איינער, וואָס איז לא-דווקא שטאַרק בעת דער וואַלן־קאַמפּאַניע, נאָר ווי איינער, וואָס ווייסט ווי אַרויפֿצוברענגען ענינים, וואָס דינען אים. מע דאַרף געדענקען: נתניהו איז קיינמאָל נישט געווען אַ „שטערן‟, אַ מנהיג, וואָס פֿירט נאָך זיך דעם עולם; שטענדיק האָט ער געוווּנען מיט די „ציין און נעגל‟; יעדע רעגירונג איז אים אָנגעקומען שווער.

ווי עס זאָל נישט זײַן — מיט אַ רעדע, אָדער אָן אַ רעדע; די הײַנטיקע קאַמפּאַניע קומט אים ווידער אָן מיט גרינע ווערעם.