טױזנט פֿאַרבן פֿון ליבע

A Thousand Colors of Love

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

אַז ס׳קומט דער שײנער חודש שבֿט, הײבט מיר עפּעס אָן טיאָכקען בײַם האַרצן. עס זעט אױס, אַז די נשמה מײַנע זוכט אַ שטיקל ליבע אױף דער װעלט. פֿון װאַנען װײס איך?… אָט, דאָ ניט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען מײַנע אַלטע שבֿט־לידער און ממש ניט געקענט גלײבן, אַז אױך איך בין אַ מאָל געװען זײער נײַגעריק צו אַלץ, װאָס געהערט צו די אײדעלע געפֿילן.

דער חודש שבֿט האָט אונדז געבראַכט
אַ ביסל רעגן, ליבע, בלאָטע…
און די פּאַסקודניצע גריזאָטע
שטײט בײַ מײַן פֿענצטער אױף דער װאַך.
אַ מיאוסע זאַך…
נאָר ס’קען זײַן טאַקע —
דו װעסט אַרױסגײן אין אַ רעגן
אױף אַ שפּאַציר
און דיר אַנטקעגן —
אַ נע־ונדניק — הױל און נאַקעט,
מיט ליבע־רעגן־בלאָטע זאַט.
כ’זאָל אַזױ װיסן שױן פֿון צרות,
װאָס פֿאַר אַ נײַע שורע־מורעס
קען ברענגען נאָך דער חודש שבֿט.

ליבע־שמיבע… װײס איך װאָס… ממש װי ניט איך, אַן אַלטער טרח, האָב עס אַ מאָל אָנגעשריבן. נו, װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר?… זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות. נאָר װאָס? אַז מע גיט אַ ניס אין לאָנדאָן, לאָזט זיך הערן און עס רופֿט זיך אָפּ אַזש אין ישׂראלעװקע. מאַי משמע, װאָס זאָל דאָס מײנען? אָט, הערט. דעם 6טן פֿעברואַר איז געװאָרן 63 יאָר, זינט איר מאַיעסטעט, די קעניגין עליזאַבעט די צװײטע איז אַרױף אױפֿן בריטישן טראָן.

לכּבֿוד דער „קײַלעכדיקער דאַטע‟ האָט מען אין לאָנדאָן סאַלוטירט פֿון די האַרמאַטן, קודם־כּל, 62 מאָל (כּדי צו דערמאָנען מיר אין מײַן עלטער), און נאָך דעם, נאָך אײן סאַלוט, און דאָס מאָל פּונקט 41 שאָסן. פֿאַר װאָס טאַקע 41 מאָל? זאָל איך אַזױ װיסן פֿון מײַן שכנהס דאגות, אָבער דער אײבערשטער איז אַן עדות, אַז טאַקע דער־אָ פֿײַערלעכער סאַלוט האָט בײַ מיר אַרױסגערופֿן אַ מילדע סימפּאַטיע, כּמעט אַ געפֿיל פֿון אַ זון צו דער געטרײַער בריטישער „מאַמע‟, װעלכע דערמאָנט מיר אױף אַזאַ אַריסטאָקראַטישן, הױפּט־אײדעלן אופֿן אין מײַן עלטער, װי אױך, אַז איך און מײַן פֿרױ, אַ לעבן אױף איר, לעבן צוזאַמען אײן און פֿערציק יאָר, בנאמנות, זינט פּורים תּשל״ד.

אַז מע לעבט אָפּ צוזאַמען אַזױ פֿיל יאָר װעט, לױטן אױסדרוק פֿון מײַן פֿעטער זיאַמע, „גאָר ניט שאַטן זיך מישבֿ זײַן מיט די אײגענע געפֿילן און באַשליסן, צו װעלכן מין פֿון ’מאָצע‘ געהערט דײַן זיװוּג‟, דהײַנו:

א׳ מצא אישה מצא טובֿ, געפֿונען אַ פּאַסיקע פֿרױ, געפֿונען דאָס כּולו־גוטס.
ב׳ ומוצא אני מר ממװת את האשה… און איך געפֿין, אַז ביטערער פֿון טױט איז די פֿרױ…
ג׳ אָדער, סתּם — מצה, אַ שװאַרצינקע, אַ טרוקענע און געשטיפּלטע דערצו.

אַז מע רוקט אַװעק אין אַ זײַט די איראָניש־קאָמישע נאָטקעס פֿון אַ סיטואַציע, אין װעלכער עס געפֿינט זיך אַ מענטש, װעלכער װיל פֿאַרשטײן און, סוף־כּל־סוף, אָננעמען אַ װיכטיקן באַשלוס פֿאַר זיך, צי איז ער באמת גליקלעך אין זײַן פֿאַמיליען־לעבן? — דאַרף מען, אַזױ מײן איך, קודם־כּל, אױסקלײַבן די סאַמע װיכטיקסטע געשעענישן אין זײַן לעבן — סײַ פּריװאַטס און סײַ געזעלשאַפֿטלעכס. און װי זאָל איך ניט דרײען און בלעטערן די זײַטלעך פֿון די ממש קורצע אײן און פֿערציק יאָר פֿונעם צוזאַמענלעבן מיט מײַן פֿרױ, קלײַבט אױס מײַן שׂכל און מײַן האַרץ נאָר צװײ געשעענישן, אױף װעלכע ס’ליגט אַ צײכן פֿון דער שכינה — דאָס געבורט פֿון אונדזער זון שכנא־שלמה און דאָס געבורט פֿון דער ייִדישער טעאַטער־סטודיע „מנורה‟.

די מענטשן, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דאַרף מען ניט דערצײלן, אַז בלױז די כּװנה צו גרינדן אַ ייִדישן טעאַטער איז געװען גלײַך צו אַ טױט־אורטײל. און אױב מע נעמט אין באַטראַכט, אַז ס׳האָט זיך יאָ אײַנגעגעבן צו גרינדן אַזאַ לעבעדיקן קאָלעקטיװ פֿון כּמעט הונדערט מענטשן, מיט אַן אָרקעסטער, אַ כאָר און אַ טאַנץ־גרופּע, דערצו נאָך אָן אַ גראָשן געלט מלוכה־שטיצע, דאַן װערט קלאָר, אַז די שכינה האָט דעמאָלט גערוט אינעם געבענטשטן שטעטל בעלץ. און די שכינה איז דעמאָלט געזעסן אין התבודדות און געאַרבעט בסתר, אָבער נאָר הײַנט פֿאַרשטײ איך, אַז זי האָט געהאַט אַ קאָנקרעטן נאָמען — מײַן פֿרױ פֿײגעלע.

דאָס זעלבע איז געװען מיטן געבורט פֿון אונדזער זון שכינה־שלמה, און דװקא גלײַך אין דער זעלבער צײַט, װען ס׳איז געבױרן געװאָרן דער טעאַטער „מנורה‟. נאָך פֿופֿצן יאָר װאַרטן, און אַכט פֿאַרלױרענע קינדער, איז געװאָרן גאַנץ קלאָר, אַז עלף טעג אין ניסן װעט מײַן פֿרױ, מיט גאָטס הילף, האָבן א קינד.

צען טעג אין ניסן, שפּעט אין אָװנט, נאָך דער רעפּעטיציע, האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט אױף אַ מינוט אינעם שפּיטאָל און באַקומען אַ גוטע בשׂורה, אַז נאָר װאָס איז בײַ אונדז, אין אַ גוטער און אַ מזלדיקער שעה, געבױרן געװאָרן אַ זכרל. אַ גליקלעכער, בין איך אַהײמגעלאָפֿן צו ברענגען די גוטע בשׂורה די באָבעס און דעם זײדן, און באַלד צוריקגעלאָפֿן אינעם שפּיטאָל, אַ קוק טאָן אױף דער גליקלעכער מאַמע מיטן זון.

…עס איז געשען אַ נאַרישע זאַך. די אַקושאָרקע האָט פֿאַרגעסן צו קאָנטראָלירן צי דאָס אָרט איז אין גאַנצן אַרױס, און איצט האָבן די דאָקטױרים ניט געקענט אָפּשטעלן די בלוטונג. די קימפּעטאָרין איז אינעם אָפּעראַציע־צימער, זי האָט פֿאַרלױרן אַריבער צװײ ליטער בלוט, מע קען גאָרניט טאָן… זי איז אין קלינישן טױט. כ׳האָב אַװעקגעשטופּט דעם וועכטער אין דער זײַט און אַרױפֿגעלאָפֿן אױפֿן פֿערטן שטאָק, צו דעם אָפּעראַציע־צימער.

די הױפּט־אַקושאָרקע, זײער אַ שײנע און אַ שטרענגע רומענערין, מיט אױסגעשמירטע מיט בלוט גומענע הענטשקעס, איז געשטאַנען לעבן מיר: „מע האָט שױן אױפֿגעװעקט די סאָלדאַטן פֿונעם פּאָלק און אַ ראָטע זעלנער איז שױן אונטער װעגן. מע דאַרף האָבן הײס בלוט, דער אײנציקער שאַנס איז די בלוט־טראַנספֿוזיע. און איר… איר װײסט שױן װאָס צו טאָן…‟

פֿערצן שעה האָט געדױערט די אָפּעראַציע, פֿערצן שעה בין איך געשטאַנען בײַ דער װאַנט און געבעטן גאָט… ביז עס האָט זיך אױפֿגעפּראַלט די טיר און אינעם קאָרידאָר האָט מען אַרײַנגעפֿירט אױף אַ װעגעלע מײַן פֿײגעלע, אַ מידע, מיט צעבלוטיקטע ליפּן.

— מזל־טובֿ, מײַן אוצר…

— מזל… ביסט מיד… רו זיך אָפּ… בײַ מיר איז אַלץ אין אָר…

די הױפּט־אַקושאָרקע האָט מיך געבעטן, אַז איך זאָל זי באַגלײטן ביז דער שטוב, — ס׳איז נאָך פֿינצטער און איך האָב מורא צו גײן אַלײן.

— אַ דאַנק אײַך, — האָט זי מיר געזאָגט, װען מיר זײַנען צוגעגאַנגען צו איר הױז, — איר קענט מיך האַלטן פֿאַר אַ משוגענע, נאָר… כ’האָב געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן, װי די שכינה האָט גערוט אױף די ליפּן פֿון אײַער פֿרױ. אַ גוטע נאַכט.

…אַ דאַנק אײַך, אײַער מאַיעסטעט, עליזאַבעט די צװײטע, דער סאַלוט פֿון אײן און פֿערציק האַרמאַטן פֿאַר אײַער כּבֿוד װעגן האָט מיר דערמאָנט, אַז מיט אײן און פֿערציק יאָר צוריק האָב איך באַקומען אַ מתּנה פֿון גאָט, װי עס שטײט געשריבן: מצא אישה מצא טובֿ, געפֿונען דײַן באַשערטע, באַקומען אַלץ.