דוד כּ״צס בוך „ייִדיש און מאַכט‟

Dovid Katz's Book "Yiddish and Power"

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 17, 2015, issue of April 03, 2015.

באָריס סאַנדלער האָט מיר ניט געעצהט זיך צו פֿאַרפֿירן מיטן שרײַבן אַ רעצענזיע אויף דעם נײַעם בוך פֿון דוד כּ״ץ. זײַן לאָגיק איז געווען אַ באַרעכטיקטע: ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז איך בין ניט קיין חסיד פֿון כּ״צן, און מע וועט עס אויפֿנעמען ווי אַ תּירוץ פֿאַר מיר ווידער אַ מאָל אַרײַנצושטעלן אַ שפּילקע דעם מענטשן, וואָס האָט מיך געהאַט אַריבערגעשלעפּט פֿון מאָסקווע קיין אָקספֿאָרד. דאָס איז געווען אין דער צײַט, ווען מײַן באָרד איז נאָך ניט געווען גראָוו, און בײַ כּ”צן (דעמאָלט האָט ער זיך געשריבן קאַץ) איז קיין באָרד אין גאַנצן ניט געווען.

אין דער אמתן, האָב איך געזוכט גאָר אַן אַנדער תּירוץ, דהײַנו: כ’האָב שטאַרק געהאָפֿט, אַז דאָס נײַע בוך, אונטערן פֿיל־צוזאָגנדיקן טיטל Yiddish and Power („ייִדיש און מאַכט‟), וועט מיר געבן אַ שאַנס זיך אָפּצורופֿן פּאָזיטיוו וועגן דעם מחברס אַקאַדעמישער שאַפֿערישקייט, בפֿרט נאָך, אַז איך האַלט פֿון זײַנע לינגוויסטישע קענטענישן. הקיצור, האָב איך זיך ניט צוגעהערט צו באָריס סאַנדלערס אַרגומענטן און פֿאָרט אָנגעשריבן אַן אָפּרוף אויף דעם בוך.

קודם־כּל, בין איך ניט אין גאַנצן זיכער, צי „ייִדיש און מאַכט‟ איז אַן אַקאַדעמיש בוך. ס’איז בכלל שווער צו דעפֿינירן דעם זשאַנער פֿון דער דאָזיקער אַרבעט. איך בין גאָר ניט קיין מומחה אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין דעם טעקסט, אָבער מיר שײַנט, אַז — כאָטש קיין סך נײַע אינגרעדיענטן האָט דער מחבר ניט צוגעגרייט פֿאַרן נײַעם מאכל — האָט ער געשאַפֿן אַ גאַנץ געראָטענעם טעקסט, אָנגעשריבן אין אַ נוסח, וואָס פּאַסט מער פֿאַר פּאָפּולערער ליטעראַטור. איך זאָג ניט, אַז ס’איז אַ חסרון, אפֿשר איז עס אַפֿילו אַ מעלה, בפֿרט אַז דער מאַטעריאַל איז אַן אינטערעסאַנטער, אונטערגעטראָגן דורך אַן אמתן קענער.

וואָס שייך דער „מאַכט‟, האָב איך זיך פּשוט פֿאַרפּלאָנטערט. וואָס מיינט עס? אַז אַ שפּראַך האָט אַ מאַכט? די שפּראַך האָט אַנדערע אייגנקייטן, בעת מאַכט קען האָבן די סבֿיבֿה וואָס נוצט די שפּראַך. און טאַקע מיט דעם איז פֿאַרבונדן די מעטאָדאָלאָגישע פּראָבלעם, וואָס איך זע אין דעם בוך. ס׳איז אָנגעשריבן דורך אַ פֿילאָלאָג, דערצו אַ פֿילאָלאָג פֿון בער באָראָכאָווס שניט, דאָס הייסט, אַזוי ווי באָראָכאָוו האָט אין יאָר 1913 פֿאָרמולירט די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, און פֿון ייִדישע פֿילאָלאָגן אויך: צו זײַן ניט אָביעקטיוו, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ געלערנטן, נאָר דווקא הייס און בלינד, ממש רעליגיעז פֿאַרליבט אין דער שפּראַך. אַזאַ שפּראַך־פּאַרטיייִשקייט פֿילט זיך אין דעם גאַנצן בוך, דערצו איז דער צוגאַנג אין גאַנצן ניט קיין היסטאָרישער, אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלקייט פֿונעם ייִדישן לעבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן און לענדער.

און נאָך איין זאַך, וואָס האָט קיין שום שײַכות ניט צו פֿיפֿאָלאָגיע און ניט צו געשיכטע: דער מחבר, וואָס איז פֿאָרגעשטעלט אויף דער הילע ווי „אַ וועלט־עקספּערט (international authority) אין ייִדיש און אַשכּנזישער ייִדישער קולטור‟, איז גוואַלדיק ברוגז אויף דער גאָרער וועלט און פּרוּווט זיך אָפּרעכענען מיט די מענטשן, וועלכע ער האַלט פֿאַר זײַנע קעגנער. כאַראַקטעריסטיש, און אַפֿילו קאָמיש, אַז די נעמען פֿון די דאָזיקע לײַט באַגעגענען זיך ניט אין דער ביבליאָגראַפֿיע, בעת די נעמען פֿון די „גוטע לײַט‟ ווערן באַפּוצט מיט באָמבאַסטישע עפּיטעטן — famed, legendary, classic וכ׳. צו מאָל איז די אָפּרעכענונג „איידל‟ פֿאַרשלײערט, ווי אין דעם פֿאַל פֿונעם ליטעראַטור־היסטאָריקער חנא שמערוקן און זײַנע תּלמידים:

His own works were so important, and his success in supervising younger researchers in Jerusalem so pronounced, that he established an Israeli School of Old Yiddish literary studies, one so linked to himself that it declined precipitously when in the 1990s he stunned his contemporaries by remarrying, after he was widowed, and resettled in his native Warsaw, where he died in 1997 at the age of 76. (p. 98)

(זײַנע אייגענע אַרבעטן זײַנען געווען אַזוי וויכטיק, און זײַן דערפֿאָלג אינעם אָנפֿירן מיט יונגע פֿאָרשער אין ירושלים אַזוי בולט, אַז ער האָט געשאַפֿן אַ ישׂראלדיקע שול פֿון אַלט־ייִדישע ליטעראַרישע שטודיעס, וועלכע זײַנען געווען אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיט אים, אַז זיי זײַנען האַסטיק אונטערגעגאַנגען, ווען ער האָט אין די 1990ער יאָרן שאָקירט זײַנע מיטצײַטלער, חתונה האָבנדיק נאָך זײַן ווײַבס טויט און זיך באַזעצנדיק אין זײַן היימשטאָט וואַרשע, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1997 אין עלטער פֿון 76 יאָר.)

עס פֿילט זיך, בפֿרט אין דער אין־סופֿיקער פֿראַזע, וואָס כ׳ברענג ווײַטער (קיין רעדאַקטאָרישע האַנט פֿילט זיך ניט אין דעם בוך), אַז ער האָט באַזונדערס וואָגיקע און אָנגעווייטיקטע חשבונות מיט די „סאָוועטישע‟:

One of the ironies, though, is that, by the 1990s, when the Soviet Union had collapsed, his hand-trained younger or early middle-aged Jewish male ‘Soviet Yiddish writers’ easily took over the weak fields of secular Yiddish culture and publishing in its two centers, the United States and Israel, and for a time in Oxford in the UK (before abandoning it for greener pastures in America), giving much of today’s secular Yiddish in the west and in Israel a Soviet timbre that is emotively unattractive to both religious and secular users of Yiddish in the west and in Israel. (p. 266)

(איינע פֿון די איראָניעס, אָבער, באַשטייט אין דעם, וואָס אַרום די 1990ער יאָרן, ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געפּלאַצט, האָבן אויסדרעסירטע ייִנגערע, צי אין זייערע מיטעלע יאָרן, ייִדישע מענער, „סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער‟, גרינג פֿאַרכאַפּט די שוואַכע געביטן פֿון וועלטלעכער ייִדישער קולטור און פֿאַרלעגערישער טעטיקייט אין די צוויי צענטערס, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל, און אויף אַ געוויסער צײַט אין אָקספֿאָרד אין גרויס־בריטאַניע (שפּעטער האָבן זיי עס פֿאַרלאָזט צוליב די גרינע פּאַשעס אין אַמעריקע), און דערמיט האָבן זיי געבראַכט אין הײַנטיקן וועלטלעכן ייִדיש, אין דער מערבֿ־וועלט און אין ישׂראל, אַ סאָוועטישן טעמבער, וועלכער איז גרילציק אָפּשטויסנדיק פֿאַר פֿרומע און וועלטלעכע באַנוצער פֿון ייִדיש אין דער מערבֿ־וועלט און ישׂראל.)

ניט צופֿרידן איז דוד כּ”ץ אויך מיט אַמעריקע, בפֿרט מיטן ייִוואָ, וואָס איז דורך זײַן פּריזמע געוואָרן אַ „רעכטע‟ אינסטיטוציע. אמת, ס’איז שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס איז „רעכט‟ און וואָס איז „לינק‟ אויף דער שקאַלע פֿון אָט דעם בוך. דער ייִדישער ביכער־צענטער איז, דאַכט זיך, ניט רעכט און ניט לינק, אָבער ער האָט ניט אויסגעשולט קיין נײַע ייִדישע פּען־מענטשן. די אַרבעט, וועלכע עס פֿירט דער „פֿאָווערטס‟, באַמערקט דער מחבר ניט; פּינקטלעכער — וויל ניט באַמערקן, כאָטש ער וואָלט געקענט, דאַכט זיך, קלײַבן נחת פֿון די יונגע מחברים פֿון דער צײַטונג. צוריק גערעדט, איז אים, אַ פּנים, ניט צום האַרצן דער „טעמבער‟, מיט וועלכן זיי האָבן געקענט זיך אָנשטעקן — דעם „סאָוועטישן‟ און אפֿשר אויך פֿון דעם „יוגנטרוף‟, צו וועלכן כּ”ץ האָט אויך טענות:

Yugntruf was the only young secular Yiddish club for young people that conducted its business in (some kind of) Yiddish. (p. 270) (יוגנטרוף איז געווען דער איינציקער יונגער וועלטלעכער ייִדיש־קלוב פֿאַר יונגע לײַט, וואָס האָט געפֿירט זײַן טעטיקייט אין [עפּעס אַ מין] ייִדיש.)

פֿאַרסך־הכּלען ווילט זיך אַזוי: אויב דאָס בוך האָט געהאָלפֿן דעם מחבר אַראָפּוואַרפֿן אַ פּאָר (אָדער אַ היפּש ביסל) שווערע שטיינער, וואָס זײַנען געלעגן אויף זײַן האַרצן, קען דער פֿאַרלאַג Palgave Macmillan זיך פֿאַרשרײַבן אַ מיצווה.