נאָך די וואַלן

After the elections

אַ פּלאַקאַט פֿון דער “ישׂראל ביתנו”־פּאַרטיי, וועמענס לאָזונג פֿאַר די איצטיקע וואַלן איז געווען “טויטן־שטראָף פֿאַר טעראָריסטן”. ירושלים, דעם 5טן מאַרץ
Getty Images
אַ פּלאַקאַט פֿון דער “ישׂראל ביתנו”־פּאַרטיי, וועמענס לאָזונג פֿאַר די איצטיקע וואַלן איז געווען “טויטן־שטראָף פֿאַר טעראָריסטן”. ירושלים, דעם 5טן מאַרץ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

בדרך־כּלל לייען איך רעלאַטיוו ווייניק וועגן די געשעענישן אין דעם ישׁראלדיקן פּאָליטישן לעבן. און ווען איך לייען שוין יאָ, הייבט זיך בײַ מיר אָן דרייען דער קאָפּ פֿון דער צאָל פּאַרטייען און זייערע פֿירער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ערבֿ יעדע וואַלן שאַפֿן זיך נײַע פּאַרטייען און פּאַרטייעלעך. איך בין זיכער, אַז מע קען זיך יאַקאָס פֿונאַנדערקלײַבן אין דעם דאָזיקן פּאָליטישן קאַליידאָסקאָפּ, אָבער איך טו עס קיין מאָל ניט. דערצו סטאַרע איך זיך ניט צו פֿאַרפֿירן קיין פּאָליטישע שמועסן מיט מײַנע ישׂראלדיקע קרובֿים און באַקאַנטע.

בכלל, פּאָליטישע שמועסן זײַנען געפֿערלעך. איך געדענק נאָך פֿון מײַנע סאָוועטישע (מע קען זאָגן — אויסגעריסענע) יאָרן ווי ייִדן פֿלעגן זיך זייער ערנסט צעקריגן וועגן ישׂראל, וועגן דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל צי ניט פֿאָרן. אייניקע מענטשן זײַנען דאָך אַזוי אידעאָלאָגיש אָנגעלאָדן, גלײַך ווי קיין אַנדערע דאגות האָבן זיי ניט. און צו מאָל פּאַק איך זיך אויך אַרײַן אין אַזעלכע שמועסן.

טאַקע אין דעם טאָג פֿון די וואַלן (צופֿעליק, ניט צוליב די וואַלן) האָב איך אָנגעקלונגען מײַן קרובֿה אין ישׂראל. אַן עלטערע פֿרוי, האָט זי מיר גענומען דערציילן, ווי זיי זײַנען נאָר וואָס געקומען אַהיים, שוין אָפּגעשטימטע — פֿאַר ליבערמאַנען, פֿאַרשטייט זיך. און צוזאַמען מיט עטלעכע אַנדערע רוסיש־רעדנדיקע עלטערע לײַט האָבן זיי זיך געקליבן צו מאַכן אַ הוליאַנקע, צו פֿײַערן דעם „יום־טובֿ‟ פֿון וואַלן.

„פֿאַר וואָס ליבערמאַן? מער האָט איר פֿאַר קיינעם ניט געקענט שטימען?‟ — האָב איך זיך ניט אײַנגעהאַלטן און אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם „פּלויט‟ פֿון מײַן כּלומרשטיקער נייטראַליטעט. ליבערמאַנען דערקען איך דווקא אין דעם פּאָליטישן המון פֿון ישׂראל.

„ער איז דאָך אַ נאַש־בראַט. און דערצו האָט ער אונדז אַ סך צוגעזאָגט.‟

„און וואָס ווילסטו ער זאָל פֿאַר דיר אויספּועלן?‟

„דעם אמת געזאָגט, גאָרנישט. מיר האָבן אַלץ, וואָס מיר ווילן האָבן. אַ חוץ געזונט, אָבער דאָס האָט ער אונדז ניט צוגעזאָגט.‟

אָט אַזאַ „באַוווּסטזיניקייט‟ האָט מײַן קרובֿה דעמאָנסטרירט; און איך בין זיכער, אַז זי איז גאָר ניט די איינציקע מיט אַזאַ טיף־פּאָליטישער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ אין לאַנד. אָבער אַזעלכע אָפּשאַצונגען האָבן בלי־ספֿק געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם פּאַסיאַנס, וואָס האָט זיך צעלייגט נאָך די וואַלן.

די געלערנטע, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פּאָליטישע וויסנשאַפֿטן, וועלן נאָך לאַנג קײַען און איבערקײַען די ישׂראלדיקע וואַלן. אַ סבֿרא, אַז מע וועט אין זיי באַטראַכטן אויך דעם „רוסישן אַספּעקט‟. די רוסיש־רעדנדיקע ישׂראלים האָבן דאָך גענוג שטימען אויף צו באַשטימען כּמעט דאָס פֿינפֿטל (דאַכט זיך, 18 ערטער) פֿון דער כּנסת. דערווײַל האָב איך ניט געזען קיין סטאַטיסטיק, וואָס זאָל ווײַזן ווי אַזוי זיי האָבן געשטימט. אָבער ס׳איז דאָ עפּעס אַ סטאַטיסטיק, באַזירט אויף אויספֿרעגן וועגן דעם, ווי אַזוי זיי האָבן זיך געקליבן צו שטימען. און ס’איז קלאָר, אַז זייערע פֿאַוואָריטן זײַנען געווען בנימין נתניהוס „הליכּוד‟ און אַבֿיגדור ליבערמאַנס „ישׂראל ביתנו‟.

מיך חידושט עס אין גאַנצן ניט. נאָך מער: איך זע אין דעם אַ געוואַלדיקע לאָגיק, ווײַל עס שפּיגלט אָפּ דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף, וואָס איז פֿאָרמירט געוואָרן אין די סאָוועטישע צײַטן. איך וועל גאָר ניט זײַן איבערגעראַשט, אויב עס וועט זיך אויסקלאָרן, אַז אַריבער 80 פּראָצענט רוסיש־רעדנדיקע האָבן געשטימט פֿאַר די רעכטע פּאַרטייען. אויף אַזאַ אופֿן וואָלט עס זיך גוט קאָרעגירט מיט דעם מצבֿ אין רוסלאַנד, וווּ אַריבער 80 פּראָצענט האַלטן אונטער וולאַדימיר פּוטינען.

די פּאַראַלעלן צווישן פּוטיניזם און נתניהויִזם זײַנען ניט מײַנע אײַנפֿאַלן. איך האָב עס אויסגעלייענט בײַ אַנדערע. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז עס זײַנען דאָ טאַקע אייניקע סימנים (איך וויל זיי ניט איבערטרײַבן), וואָס פֿאַראייניקן ביידע פֿירער. דאָס האָט זיך, למשל, זייער בולט אָפּגעשפּיגלט אין די רייד וועגן די אויסלענדישע ליבעראַלן, וואָס פֿינאַנצירן צי פּשוט שטיצן די היגע ליבעראַלן. דערמיט האָט נתניהו גענוצט פּוטינס וואָקאַבולאַר און סטיליסטיק.

ווען איך שרײַב עס, האָט נתניהו נאָך ניט באַקומען דעם סיגנאַל צו קאָנסטרויִרן אַ רעגירונג, אָבער ער שנײַדט זיך שוין אויף אַ נײַעם פּרעמיער־מיניסטער. עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז זײַן פֿערטע „ממשלה‟ וועט ניט פֿירן צו אַ ווײַטערדיקער איזאָלאַציע פֿון ישׂראל.