ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 23, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די מעלבורנער ישיבֿה האָט געמאָלדן, אַז זי שאַפֿט אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, װאָס זאָל העלפֿן די געליטענע און זײערע משפּחות. זי װעט אױך פֿירן דיסקוסיעס מיט עלטערן און מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון דער ישיבֿה־סבֿיבֿה װעגן דער אָנפֿירונג פֿון דער טאָגשול. דערצו װעט זי אָנהײבן אַן אומאָפּהענגיקע אױספֿאָרשונג פֿון דער אָנפֿירונג פֿונעם ישיבֿה־צענטער.

ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד אַפּעל 2015

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד אין דער שטאַט װיקטאָריע האָט אָנגעהױבן זײַן יערלעכן אַפּעל צװישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די געלטער, װעלכע דער אַפּעל ברענגט אַרײַן פֿינאַנצירט די אַקטיװיטעטן פֿונעם הילפֿס־פֿאָנד, װעלכע װערן ניט פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונג.

אַ פֿעסטיװאַל פֿון ישׂראל-פּראָגראַמען

די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע האָט געמאָלדן אַ ספּעציעלן פֿעסטיװאַל, װאָס װעט איבערגעבן די פֿאַראינטערעסירטע אױסטראַלישע ייִדן אין עלטער פֿון 18 ביז 30 יאָר אינפֿאָרמאַציע װעגן אַ רײ פּראָגראַמען אין מדינת־ישׂראל פֿאַר יוגנטלעכע פֿון די תּפֿוצות. דער פֿעסטיװאַל װעט הײסן „דער שוק‟.

קורס װעגן חורבן־אײראָפּע בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום

דער מעלבורנער חורבן־צענטער אָרדנט אײַן אַן אינפֿאָרמאַציע־אָװנט װעגן איר קורס „חורבן־אײראָפּע‟, װאָס װעט באַשטײן פֿון 17 סעסיעס. די סעסיעס װעלן אַרומנעמען אַזעלכע טעמעס װי אײראָפּע פֿאַרן חורבן, נאַצישער פּאָליטיק און איר אימפּלעמענטאַציע, די באַפֿרײַונג, און נאָך. דער צענטער געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק.

„בני־ברית‟: קונסט־פֿאַרמעסט פֿאַר קינדער און יוגנט

די „בני־ברית‟־אָרגאָניזאַציע אין מעלבורן האָט געמאָלדן אַ יערלעכן קונסט־פֿאַרמעסט פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון צװישן 11 און 13 יאָר און צװישן 14 און 15 יאָר. זי פֿירט אױך אָן מיט אַ פֿאַרמעסט פֿאַר יוגנטלעכע אין עלטער פֿון צװישן 16 און 18 יאָר. שױן 20 יאָר װי די אָרגאַניזאַציע פֿירט אָן מיט דעם פֿאַרמעסט.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.