75 יאָר זינט דעם קומען פֿון ליובאַוויטשער רבי

75 Years Since Arrival of the Lubavitcher Rebbe

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 24, 2015, issue of April 17, 2015.

דאָס אָנקומען פֿון ליובאַוויטשער רבי, יוסף יצחק שניאורסאָהן, אין ניו־יאָרק, 1940
Courtesy of lubavitch.com
דאָס אָנקומען פֿון ליובאַוויטשער רבי, יוסף יצחק שניאורסאָהן, אין ניו־יאָרק, 1940

ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַב. קאַהאַן בדרך־כּלל אַרויסגעוויזן דרך־ארץ צו פֿרומע ייִדן, באַזונדערס, צו די „אויפֿריכטיק רעליגיעזע לײַט‟. פֿון לייענען די נומערן פֿון דער צײַטונג, געדרוקט אין פֿאַרשיידענע יאָרן, האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַן איבערצײַגונג, אַז מיט דער צײַט זײַנען קאַהאַן און אַ צאָל זײַנע מיטאַרבעטער געוואָרן אַלץ ווייכער צו רעליגיע. קאַהאַן האָט, למשל, דערקלערט זײַן באַציִונג צו שמדן זיך: לויט אים נאָך, האָט אַזאַ מענטשן אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ייִד.

ס׳איז שווער צו זאָגן פּינקטלעך, מיט וואָס די דאָזיקע „ווייכקייט‟ איז געווען פֿאַרבונדן. אפֿשר מיט דעם וואָס זיי, קאַהאַן און אַנדערע, זײַנען עלטער געוואָרן; אָדער ווײַל מיט דער צײַט איז געקומען אַן אַנטוישונג אין זייערע סאָציאַליסטישע אוטאָפּיעס. מיר ווייסן, אַז אין איין פֿאַל — פֿון דעם פֿירנדיקן „פֿאָרווערטס‟־זשורנאַליסט חיים ליבערמאַנען — איז זײַן קער צו פֿרומקייט געווען פֿאַרבונדן מיט אַ משפּחה־טראַגעדיע. דערצו האָט זיך שטאַרק געביטן דער מצבֿ אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. זייער אַ סך סימנים האָבן אָנגעוויזן אויף אַ גרעסערער צוגעבונדנקייט פֿון דעם יונגן דור צו ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציעס, און צום געבן זייערע קינדער אַ ייִדישע דערציִונג. די טראַגישע סיטואַציע אין אייראָפּע האָט אויך דערוועקט נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע געפֿילן.

דאָס נײַע, מער פּראָמינענטע אָרט פֿון רעליגיע וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, אַפֿילו גראַפֿיש, אין דעם ווי אַזוי די צײַטונג האָט געשריבן וועגן דעם אָנקומען אין ניו־יאָרק פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבי, יוסף יצחק שניאורסאָהן. די געשיכטע ווי אַזוי ער און זײַנע נאָענטע האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿון די נאַציס, איז ניט איין מאָל באַשריבן געוואָרן, אַזוי אַז אויף דעם וועל איך זיך ניט אָפּשטעלן. דער עיקר, אַז ער איז געקומען דעם 19 מאַרץ 1940, און אין דעם נומער פֿון „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרן 20סטן מאַרץ, איז די דאָזיקע נײַעס אַרויסגעטראָגן געוואָרן אויף דער ערשטער זײַט, מיט אַ פֿאָטאָ פֿונעם רבין.

אינטערעסאַנט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟־זשורנאַליסט, וואָס האָט באַשריבן דעם ענטוזיאַסטישן קבלת־פּנים אין דעם ניו־יאָרקער פּאָרט, האָט אָנגעציילט בערך 1,600 לײַט, בעת די אַנדערע ניו־יאָרקער צײַטונג, ייִדישע און ניט ייִדישע, האָבן דערמאָנט אַן אַ סך קלענערן עולם, וואָס האָט זיך צונויפֿגעקליבן בײַם טראַפּ פֿון דער שיף. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געשריבן אויך וועגן אַ היפּש ביסל מענטשן, וואָס האָבן געוואַרט אויף דעם רבינס אָנקומען אין מאַנהעטן, אין „גרייסטאָון האָטעל‟, וואָס איז געווען אויפֿן ראָג פֿון בראָדוויי און דער 91סטער גאַס (הײַנט איז עס שוין, דאַכט זיך, אַ דירות־הויז). דאָרטן האָט דער רבי, צוזאַמען מיט זײַן „הויף‟, געוווינט די ערשטע זעקס חדשים נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע. זיי האָבן פֿאַרנומען אַ גאַנצן שטאָק, וווּ אויף אַלע טירן האָבן זיך עקסטרע באַוויזן מזוזות.

דעם 4טן אַפּריל האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל „האָטעל אויף בראָדוויי, וווּ דער ליבאַוויטשער רבי שטייט אײַן‟, מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿון דער צײַטווײַליקער אַכסניא פֿון דעם בכּבֿודיקן רעליגיעזן פֿירער. דער קאָרעספּאָנדענט, אינגאַנצן אַ וועלטלעכער, רוסיש־רעדנדיקער, האָט מיט התפּעלות און מיט נאָסטאַלגיע נאָך דער „אַלטער היים‟ דערציילט וועגן דעם קורצן, געציילטע מינוטן־לאַנגן, שמועס מיטן רבין. ער האָט אויך דערמאָנט די פֿילצאָליקע באַזוכער, וואָס האָבן געוואַרט, ווען דער רבי וועט זיי אויסהערן.

דעם 15טן יוני 1941, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַשריבן, דווקא פּאָזיטיוו, די ליובאַוויטשער ישיבֿה „תּומכי תּמימים‟, געעפֿנט אין ברוקלין ווי אַ המשך פֿון דער לאַנגער טראַדיציע, זינט יאָר 1897 (צופֿעליק, איז אויך אין דעם יאָר געגרינדעט געוואָרן דער „פֿאָרווערטס‟), פֿון האָבן אַזאַ צענטראַלע ליובאַוויטשער תּלמודישע אַקאַדעמיע. דער מחבר פֿון יענעם אַרטיקל, אַליין אַ מאָל אַ ישיבֿה־בחור אין ליטע, האָט אונטערגעשטראָכן, אַז „תּומכי תּמימים‟ איז געווען אַנדערש פֿון ס’רובֿ איבעריקע פּאָר צענדליק ישיבֿות, וואָס האָבן דעמאָלט עקזיסטירט אין ניו־יאָרק: בעת אין „תּומכי תּמימים‟ האָט מען געלערנט אַ גאַנצן טאָג, האָבן די איבעריקע ישיבֿות געגעבן, בדרך־כּלל, אַ רעליגיעזע בילדונג ווי אַ צוגאָב צו דעם, וואָס מע האָט געלערנט אין די געוויינטלעכע אַמעריקאַנער וועלטלעכע לערנשולן.

איך געפֿין באַזונדערס אינטערעסאַנט און פֿיל־זאָגנדיק דעם פֿאַקט, וואָס אין דעם זעלביקן טאָג און מיט דער זעלביקער שיף איז דעם 19טן מאַרץ 1940 קיין ניו־יאָרק אָנגעקומען מאַקס ווײַנרײַך. ניט נאָר איז ווײַנרײַך געווען דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, דער פֿירנדיקער וועלטלעכער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוציע; ער האָט אויך — צו יענער צײַט שוין אין משך פֿון צוויי יאָרצענדליק — געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟. וועגן זײַן אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק האָט די צײַטונג, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעשריבן, אָבער קיין באמת אַ גרויסן וועזן האָט מען פֿון דעם ניט געמאַכט. אַ סבֿרא, אַז די רעדאַקציע האָט אָפּגעשאַצט די באַדײַטונג פֿון ביידע פּערזענלעכקייטן און באַשלאָסן, אַז דעם לייענער וועט מער צוציִען די נײַעס וועגן דעם ליובאַוויטשער רבין.