קאָן מען זיך באַגיין אָן שעלדאָן אַדעלסאָנס שטיצע?

Can Israeli American Council Grow Without Sheldon Adelson?

דער גאַלאַ־קאָנצערט אין בעווערלי־הילס, וווּ מע האָט געזאַמלט 23.5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟
Rani Sikolski
דער גאַלאַ־קאָנצערט אין בעווערלי־הילס, וווּ מע האָט געזאַמלט 23.5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published March 25, 2015, issue of April 17, 2015.

ווען די פֿירער פֿונעם „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟ (IAC) האָט דערציילט וועגן דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן אַ נײַעם קהילה־צענטער פֿאַר די ישׂראלים, וואָס וווינען אינעם טאָל סאַן־פֿערנאַנדאָ, אַ ראַיאָן פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, האָבן נישט ווייניק פֿאַרזאַמלטע זיך אָנגעבאָטן צו שענקען דערפֿאַר 3.6 מיליאָן דאָלאַר. בסך־הכּל, קאָסט דער פּראָיעקט 10 מיליאָן. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט מען פֿאַרזאַמלט די גאַנצע סומע. דערנאָך, האָט דער „קאַזינאָ־קיניג‟ שעלדאָן אַדעלסאָן און זײַן ישׂראלדיקע ווײַב, מרים אַדעלסאָן, צוגעגעבן נאָך 12 מיליאָן דאָלאַר.

די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען דעם 9טן מאַרץ אין בעווערלי־הילס, אינעם אָרטיקן האָטעל „הילטאָן‟. אַדעלסאָן איז געווען צווישן די חשובֿסטע אײַנגעלאַדענע שטיצער פֿון IAC. פֿאַראַיאָרן, האָט ער געגעבן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע אַ נדבֿה פֿון 10 מיליאָן דאָלאַר. די אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע, וואָס אַ סך פֿון זיי איז אַ סך עלטער און באַקאַנטער ווי IAC, קאָנען נאָר מקנא זײַן די פֿרישע 8־יאָריקע גרופּע, וועלכע האָט בלויז במשך פֿון איין אָוונט פֿאַרזאַמלט 23.5 מיליאָן. דער „ראַט‟ רעפּרעזענטירט די ישׂראלים, וואָס וווינען אין אַמעריקע.

אַחוץ דעם דערמאָנטן פּלאַן אויפֿצושטעלן דעם ערשטן ישׂראלדיקן קהילה־צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס, קלײַבט זיך די אָרגאַניזאַציע צו עפֿענען דעם 30סטן מאַרץ אַ בנין אין באָסטאָן, און צו גרינדן איר זיבעטן צווײַג אין וואַשינגטאָן. די אָרגאַניזאַציע דערקלערט מיט שטאָלץ, אַז דאָס געלט פֿאַר אירע פּראָיעקטן קומט פֿון די אַוועקגעפֿאָרענע ישׂראלים. להיפּוך צו אַ באַקאַנטן סטערעאָטיפּ, באַטאָנט די פֿירער פֿון IAC, אַז די דאָזיקע באַפֿעלקערונג־גרופּע באַטייליקט זיך יאָ גאַנץ אַקטיוו אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישער טעטיקייט.

יהודה מירסקי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע, מיטל־מיזרחדיקע און ישׂראלדיקע שטודיעס בײַם בראַנדייס־אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז IAC קאָן זיך פֿאַרוואַנדלען, לויט געוויסע סימנים, אין אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער אָרגאַניזאַציע מיט אַ פּאָליטישן טעם. סאַגי באַלאַשאַ, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון ישׂראל מיט פֿיר יאָר צוריק און וווינט איצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט אָבער באַטאָנט, אַז הגם אַזעלכע שטיצער, ווי אַדעלסאָן, זענען טיף פֿאַרטאָן אין פּאָליטיק, וועט די אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט אָננעמען אַ קאָנקרעטן פּאָליטישן צד.

הגם אַדעלסאָן בלײַבט אויפֿן איצטיקן מאָמענט דער הויפּט־שטיצער פֿון IAC, האָפֿט די גרופּע צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע שטיצע־נעץ און דווקא צו פֿאַרמינערן די ראָלע פֿון אַזעלכע יחידים. זיבן שטיצער האָבן שוין געגעבן אַ סומע פֿון איבער 100,000 דאָלאַר, און מער ווי 200 מיטגלידער — נדבֿות פֿון איבער 5,000 דאָלאַר. אין די אָרטיקע צווײַגן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס רעפּרעזענטירט די אינטערעסן פֿון בערך 200,000 ישׂראלדיקע עמיגראַנטן אין אַמעריקע, אַרבעטן הײַנט 65 באַאַמטע. די גרופּע איז זיך שטאַרק צעוואַקסן במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר, ווען זי האָט געהאַט בלויז 7 מיטאַרבעטער.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וווינען בערך 500 ביז 800 טויזנט ישׂראלים. דער „ראַט‟, געגרינדעט אין 2007, שטרעבט זיי צו העלפֿן זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, ווי אויך, אין דער זעלבער צײַט, צו שאַפֿן אַ העברעיִש־רעדנדיקע סבֿיבֿה, וווּ זיי זאָלן קענען אָפּהיטן זייער ישׂראלדיקע קולטור.

למעשׂה, מישט זיך IAC יאָ אַרײַן אין פּאָליטיק. די אָרגאַניזאַציע האָט באַטאָנט, אַז צווישן אירע הויפּט־צוועקן איז צו באַשעפֿטיקן די ישׂראלים אין פּראָ־ישׂראלדיקן אַקטיוויזם. נישט לאַנג צוריק, האָט זי גערופֿן די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער אויסצוהערן בנימין נתניהוס אויפֿטריט אינעם קאָנגרעס. אַן אַנדער וויכטיקער טייל פֿון איר טעטיקייט איז צו באַקעמפֿן די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן און צו פֿאַרפֿעסטיקן די באַציִונגען צווישן די אָרטיקע אַמעריקאַנער רעגירונג־באַאַמטע און ישׂראל.

הגם באַלאַשאַ האָט געמאָלדן, אַז דער עיקר־פֿאָקוס פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע איז נישט פּאָליטיק, זענען בעת דעם דערמאָנטן גאַלאַ־קאָנצערט אין לאָס־אַנדזשעלעס אויפֿגעטראָטן צוויי רעדנער, ראָז און דזשערי ראָטשטיין, מיט בפֿירוש רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע דרשות. IAC האָט זיך אויך נישט לאַנג צוריק אַקטיוו באַטייליקט אין דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון „אייפּעק‟. באַלאַשאַ האָט אָבער באַמערקט, אַז זײַן גרופּע וויל נישט קאָאָפּערירן מיט „דזשיי־סטריט‟, צוליב די „צו ווייכע‟ פּאָזיציעס פֿון דער דאָזיקער גרופּע.

דער פֿאַרוואַלטער האָט צוגעגעבן, אַז הגם זײַן גרופּע העלפֿט די ישׂראלים, וואָס וווינען שוין אין אַמעריקע, וועט זי בשום־אופֿן נישט שטיצן די עמיגראַציע פֿון נײַע פּאָטענציעלע „יורדים‟. אַזאַ טעטיקייט, ווי צו געבן עצות וועגן אימיגראַציע קיין אַמעריקע, אָדער צו העלפֿן זיי געפֿינען דאָרטן אַן אַרבעט, וועט די וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע נישט דערלאָזן מפֿרסם צו זײַן.