קאָרופּציע ברענגט אום אוקראַיִנע

Corruption Consumes Ukraine

איגאָר קאָלאָמויסקי
איגאָר קאָלאָמויסקי

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 26, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די קאָרופּציע האָט באַקומען גאָר אַ מיאוסן און, צום באַדויערן, זייער אַ ייִדיש פּנים. אויפֿן הינטערגרונט פֿון די אַלע זייער ערנסטע, באמת טראַגישע געשעענישן אין אוקראַיִנע, קריגן זיך צווישן זיך די אָליגאַרכן. איגאָר קאָלאָמויסקי, איינער פֿון די רײַכסטע צי פּשוט דער רײַכסטער (איך ווייס ניט, ווי אַזוי צו מעסטן זײַן עשירות), האָט פֿאַקטיש אייגענע באַטאַליאָנען, וועלכע האָבן, זעט אויס, געשפּילט אַ פּאָזיטיווע ראָלע אינעם קאַמף קעגן דער רוסישער אַגרעסיע. אָבער איצט איז עס אויך אַ כּוח, וועלכן קאָלאָמויסקי קען נוצן, און נוצט שוין, ווען ער וויל זיך אָפּרעכענען מיט זײַנע קאָנקורענטן. לעצטנס, האָט ער דורכגעפֿירט כּמעט אַ מיליטערישע אָפּעראַציע אין קיִעוו, ווײַל ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם מענטש, וואָס די רעגירונג האָט אים געשטעלט אין שפּיץ פֿון אַ געשעפֿט, וואָס איז וויכטיק פֿאַר אים, קאָלאָמויסקין. בכלל, דער קאָנפֿליקט צווישן קאָלאָמויסקין און דער רעגירונג נעמט אָן זייער ערנסטע פֿאָרמען.

אַ באַזונדערס שאַרפֿן קאָנפֿליקט האָט קאָלאָמויסקי מיט אַן אַנדער ייִדישן קורח, וויקטאָר פּינטשוק, וואָס זײַן שווער, לעאָניד קוטשמאַ, איז געווען דער צווייטער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע און איז נאָך אַלץ אַקטיוו אינעם פּאָליטישן לעבן. אַ בריטישער געריכט קלײַבט זיך איצט פֿונאַנדער אין אַן ענין פֿון אַ פּאָר ביליאָן דאָלאַר — דער סכום פֿון די טענות, וואָס אָט די צוויי לײַט האָבן איינער צום צווייטן. פֿאַרמישט אין דעם קאָנפֿליקט איז אויך דער ליובאַוויטשער רבֿ שמואל קאַמינעצקי, וואָס קאָמאַנדעוועט אין דנעפּראָפּעטראָווסק (קאָלאָמויסקי איז דער גובערנאַטאָר פֿון דער דנעפּראָפּעטראָווסקער געגנט) מיט אַ ריזיקן ייִדישן צענטער, וואָס די אָליגאַרכן האָבן דאָרטן אויסגעבויט. פּינטשוק דערציילט, אַז דעם רבֿס טעכטערס חתונות — איינע מיט אַ טויזנט געסט, און די צווייטע מיט צוויי טויזנט געסט — זײַנען דערמעגלעכט געוואָרן, אַ דאַנק דער שטיצע מצד קאָלאָמויסקין און זײַנע מענטשן.

אַ נאָענטער ייִדישער חבֿר מײַנער פֿירט געשעפֿטן אין אונדזער היימשטאָט, ניט ווײַט פֿון דנעפּראָפּעטראָווסק. האָב איך אים געפֿרעגט, וואָס ער מיינט וועגן דעם גאַנצן ענין. זײַן ענטפֿער איז געווען: „זייער אָרט איז אין תּפֿיסה, אַרײַנגערעכנט קאָלאָמויסקין.‟ און האָט צוגעגעבן: „ס’איז זייער שלעכט. דו ווייסט, איך בין תּמיד געווען אַן אָפּטימיסט, געגלייבט, אַז אַלץ וועט זיך אויססדרן. איצט בין איך פֿול מיט פּעסימיזם.‟

אַן אַנדער חבֿר, מיר האָבן זיך אַמאָל צוזאַמען געלערנט, איז אויך געווען אַן אָפּטימיסט, בשום־אופֿן ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן אונדזער היימשטאָט. מיט עטלעכע טעג צוריק האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיט מיר, כּדי צו זאָגן, אַז ער קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל. „גענוג, מער קען איך עס ניט אויסהאַלטן”, האָט ער מיר געזאָגט. דאָס אַלץ מאַכט ניט שענער די ראָלע, וואָס רוסלאַנד שפּילט אין אוקראַיִנע. אָבער אוקראַיִנע אַליין ווײַזט דערווײַל ניט אַרויס קיין קלאָרע סימנים פֿון ווערן אַ לאַנד, אַ געזעלשאַפֿט (איך רעד דאָ ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן באַזונדערע מענטשן), וואָס קען אַרויסרופֿן צו פֿיל וואַרעמע געפֿילן. עס ווערט דערווײַל ניט רעאַליזירט די האָפֿענונג, אַז דער קאַמף מיט רוסלאַנד וועט ריינער מאַכן די געזעלשאַפֿט. צוריק גערעדט, אפֿשר דאַרף דער פּראָצעס אָנגיין מער ווי אַ פּאָר יאָר.