וווּ זײַנען מײַנע ייִדן?

Where Did My Jews Go?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

איך זוך אַרום מײַנע ייִדן, וווּ נאָר איך געפֿין זיך. צי דאָס איז געווען אין מדינת־ישׂראל, וווּ איך האָב זיי כּמעט ווי אָנגעוווירן, צי דאָ אין אַמעריקע; כאָטש אין ניו־יאָרק האָב איך זיי געהאַט, אָבער דאָ, אין פֿלאָרידע, איז משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך. 

מיט אַ יאָר צוריק האָב איך זיך באַזעצט אויף סטאַביל אין פֿלאָרידע, אין אַ קליין שטעטעלע, וואָס הייסט, קאָראַל־ספּרינגס. אַ גאַנץ געשמאַק שטעטעלע ווי שטעטלעך גייען, איך וווין לעבן די קינדער מיט די אייניקלעך, און ווי איך בין געווען געוווינט, האָב איך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין לערערײַ, מײַן פּראָפֿעסיע הייסט עס; און אַזוי ווי צו דער יונגוואַרג קען איך נישט צוקומען דאָ, ווײַל קיין שום קאָלעדזש גיט נישט קיין ייִדיש אָדער ייִדישע קורסן, בין איך אײַנגעגאַנגען אויפֿן עלטערן דור. כ’האָב אָנגעהויבן צו לערנען אין “נאָוואַ אוניווערסיטעט”.

קודם, האָבן זיך באַוויזן אַן ערך הונדערט עלטערע לײַט, מסתּמא אַלע ייִדן. פֿאַר זיי איז ייִדיש געווען אַ שפּראַך, וואָס זיי האָבן אַמאָל געהערט, די באָבע פֿלעגט זאָגן “קניש” אָדער “קישקע”. אַ ייִדיש וואָרט דאָ און דאָרט וואָס די מאַמע, די באָבע, די שכנטע האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין זייער ענגליש; און ווער קען פֿאַרגעסן “שטיק” און “פּאָטייטאָ לאַטקעס”, “מצות” און “באָרשט”. ממש אַ מחיה, און אַלע האָבן געלאַכט.

מיט אַזאַ וואָקאַבולאַר איז געווען שווערלעך פֿאַר מיר צו גיין צום טיש. געזען, אַז ס’טויג נישט, האָב איך אָנגעהויבן צו דערציילן וועגן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. זאָל זיך אײַך דאַכטן, אַז דאָס האָט זיי פֿאַרשלעפֿערט, בין איך אַריבער צו ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש, אַלץ אויף ענגליש… וואָס מיר שלום־עליכם, ווער מיר איציק מאַנגער, מ’כראָפּעט אויף וואָס די וועלט שטייט. וואָס זשע ווילן זיי הערן? האָב איך זיי געפֿרעגט, זאָגן זיי מיר וועגן מיר אַליין גופֿא, מעשׂיות פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. זייער קאָנצענטראַציע איז באַשטאַנען פֿון אַרום צען מינוט און ס’רעשט געפֿינען זיי זיך אין טראַ־לאַ־לאַ־לאַנד…

אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, בין איך אַריבער אין אַ שטעטעלע, וואָס רופֿט זיך “דעלריי־ביטש”; געהערט, אַז זייער ביבליאָטעק פֿאַרבעט פֿון צײַט צו צײַט לעקטאָרן וואָס רעדן וועגן וועלט־רעליגיעס, צווישן אַנדערע אויפֿן שפּיץ מעסער, וועגן הינדוסן, פּאַפּואַסן און קאַטאַלוסן; און אין צווישן אַרײַנגעבראָקט אַ קרישקע ייִדישוסן, דער עולם איז פֿאַרכאַפּט צו וויסן וועגן די גלויבנס פֿון אַנדערע פֿעלקער, אָבער נישט וועגן דער אייגענער.

כ’האָב געהאַט דעם זעלבן אָפּשניט מיט דער ביבליאָטעק, ווײַל עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדן, ייִדיש, ייִדישער קולטור — איז צום גענעצן. נישט נאָר דאָס, נאָר אַ ייִדענע האָט זיך אין צווישן אָפּגערופֿן: 

“מיר וואָלטן געוואָלט האָבן אַ לערער וואָס לערנט דעם קאָראַן…”

איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אַ לעקציע וועגן דעם קאָראַן מוז זײַן זייער אינטערעסאַנט, אָבער פֿאַרוואָס, צו אַלדע רוחות, דער קאָראַן, ווען זיי הייבן נישט אָן צו וויסן פֿון זייער אייגענעם אָפּשטאַם. געענדיקט מיט דער “לײַברערי”, האָבן מיך מײַנע גוטע פֿרײַנד צוגערעדט, אַז דער עולם אין אַ “דזשויִש קאָמיוניטי סענטער”, מוז זײַן ייִדישלעך געשטימט, איך וואָלט זיך דאָרט אַרײַנגעפּאַסט, ווי אַ הענטשקע צו דער נאָז. נאָך אַלעמען, זיי פֿאַרמאָגן טויזנטער מיטגלידער, פֿירן אָן מיט אַ קינדערגאָרטן, אַ קורס פֿאַר צוריקגעבליבענע קינדער מיט אויטיזם, זיי פֿירן קורסן פֿון תּלמוד און קבלה, ממש אָנגעמאָסטן אויף מיר.

האָב איך אָנגענומען די פֿאַרבעטונג און גענומען לערנען מיט אַ קלאַס ייִדישע ליטעראַטור און פּאָעזיע אויף ענגליש. דער עולם איז כּמעט דער זעלבער, עלטערע לײַט צווישן זיבעציק און נײַנציק. אין צווישן מאַכן זיי אויספֿלוגן, וווּ די וועלט האָט אַן עק, בלײַבט שוין פֿון פֿופֿצן צען, איינער ווערט קראַנק, בלײַבן נײַן, די קינדער קומען אויף באַזוך, בלײַבן זיבן. אַ חבֿרה וואָס מען רופֿן “סנאָו בוירדס”, שניי־פֿייגל פֿון קאַנאַדע, ניו־יאָרק און ניו־דזשוירזי, ווי נאָר דער שניי צעגייט זיך בײַ זייערע הײַזער, אַזוי ווערן זיי נעלם, בלײַבן שוין פֿיר, איינער איז געשטאָרבן זײַנען געבליבן דרײַ, און איינע ליגט אין שפּיטאָל, בלײַבן צוויי. גיי לערן מיט צוויי…

אַ חוץ דעם, גיט מען דאָ קורסן וואָס מען רופֿט: “לאָנטש ענד תּלמוד”, “לאָנטש ענד קבלה” — זײַנען די קלאַסן פֿול. ייִדן הערן “לאָנטש”, פֿאַרגעסט מען אינעם גרויסן הונגער וואָס הערשט דאָ אין לאַנד… איך כאַפּ אַ שמועס מיט אַ יונגערמאַן וואָס טראָגט אַ קאַפּעלע און לערנט מדרש, פֿרעג איך אים:

“וואָס איז די מעשׂה? וואָס פֿאַראַ דור ייִדן זײַנען דאָס?” — ענטפֿערט ער מיר:

“זיי ווילן ׳עדיוטיינמענט׳”, ס’הייסט, דערציִונג אויפֿן שפּיץ מעסער, דער עיקר “ענטערטיינמענט”. פֿאַרווײַלונג.

זיץ איך בײַ אים אין קלאַס, הער זיך צו ווי ער דערציילט וועגן דעם יום־טובֿ פּורים, און ער שטעלט זיך אָפּ אויף אַ מדרש, וואָס רעדט וועגן מרדכי הצדיקן, וועלכער האָט אַדאַפּטירט אסתּרן, ווען זי איז נאָך געווען אַ אַ ברעקעלע, אַ זויגלינג, האָט מרדכי הצדיק זי געזויגן… און ער ווײַזט זיי אויף שוואַרץ אויף ווײַס, אַז ס’איז באמת פֿאַראַן אַזאַ מדרש. דער קלאַס פּאַסמאַקעוועט זיך מיט דער מעשׂה, דער עיקר, גייט די דיסקוסיע אַרום, צי אַ מאַן קען טאַקע זויגן אַן ערשט־געבוירן קינד. 

קוק איך אָן זײַן קלאַס, דער זעלבער עלטערער עולם, האָבן הנאה פֿון אַזעלכע מעשׂיות. ערשטנס, קענען זיי אַ פֿײַג דעם תּנ”ך. דעם תּלמוד —צוויי פֿײַגן, די מדרשים — דרײַ פֿײַגן. דאָס איז אַ קלאַס, וואָס גייט ממש אויס נאָך אַזעלכע ביזאַרע און אויסטערלישע מעשׂיות, כאָטש זיי גופֿא האָבן קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַ מדרש… דער עיקר, דאָרט באָדט מען זיך אין אויסטערלישע מעשׂיות און שוין!

טראַכט איך זיך אַזוי, וווּ איז אַהינגעקומען ס’ייִדישע פֿאָלק, די ייִדן, מײַנע ייִדן, די אַמאָליקע היימישע, פֿאָלקסטימלעכע, שאַגאַלס ייִדן, שלום־עליכמס ייִדן, די ייִדן, וואָס האָבן געבאַטשקעט אויף ייִדיש און געווען אויסגעקאָכט אין ייִדישקייט? טויזנטער ייִדן אין פֿלאָרידע מיט אויסגעטריקנטע מוחות! אפֿשר פֿאַרשלעפֿערט זיי די זון, און מסתּמא די עלטער. נישט שוין זשע האָבן זיי זיך פֿאַרוואַנדלט אין ייִדישע עם־הארצים, וואָס זאָגן זיך אָפּ פֿון לייענען, ווילן נישט וויסן פֿון זייער אָפּשטאַם בכלל. ייִדיש איז בײַ זיי טריף, דער “האָלאָקאָסט” — צו שווער צו פֿאַרדײַען; ישׂראל… אַ סך פֿון זיי רײַזען אויס די וועלט, נאָר אין ישׂראל האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן צו זײַן. גיב איך אַ פֿרעג אַמאָל:

“אין וואָס באַשטייט אײַער ייִדישקייט?” — ענטפֿערט מיר אַ ייִדענע:

“אין ׳ספּיריטיואַליטי׳”. — פֿרעג איך זי: “וואָס איז ׳ספּיריטיואַליטי?׳” —ענטפֿערט זי מיר: “ס’איז אַזאַ געפֿיל…” — וויל איך וויסן: “וואָסער געפֿיל?” — ענטפֿערט זי: “יו נאָו, וואַטס אין יור האַרט…”

דער עיקר, דאָס לעבן באַשטייט פֿון דרײַ מאָל אין טאָג עסן אין די רעסאָראַנען, שלינגען טאַבלעטן און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן. קיינער לאַדט קיינעם נישט אײַן צו זיך אַהיים אויף אַ קאַווע, דער שמועס באַשטייט פֿון:

“האַו אַר יו? אײַם פֿײַן, ענד האַו אַר יו? פֿײַן. גודבײַ.”

אויב עפּעס איז נישט אין אָרדענונג, האַלט מען עס בסוד. מ’טיילט זיך נישט מיט פֿרײַנד און באַקאַנטע, ווי עס וואָלט קיינעם נישט אָנגעגאַנגען. דער שכן, פֿרײַנד האָט מען אויף צו גיין אין רעסטאָראַן, שפּילן גאָלף אָדער קאָרטן. ווער איז שולדיק?

אַמעריטשקע גנבֿ איז שולדיק, דער ערשטער אימיגראַנטן־דור איז שולדיק, ווײַל ווער איז אַהער געקומען נאָך די פּאָגראָמען פֿון 1881ער יאָרן? די ערשטע אימיגראַנטישע כוואַליע איז באַשטאַנען, דער עיקר, ס’רוב פֿון יונגעלײַט וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון פּריזיוו, פֿון טאַטנס שטוב און פֿון רבינס הויף; פֿון די מיידלעך, וואָס האָבן געזוכט חתנים, נישט געהאַט אויף קיין נדן, משפּחות מיט קינדער, וועלכע האָבן זיך גענייטיקט אין פּרנסה. 

אין די נײַנציקער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט זײַנען די רבנים, מענטשן וואָס האָב געהאַט פּראָפֿעסיעס, געבליבן אין דער אַלטער היים; ס’רוב פֿון זיי זײַנען אַהערגעקומען אָרעמע לײַט, געאַרבעט אין „סוועטשאַפּ‟, די קינדער געשיקט אין “פּאַבליק סקול” לערנען זיך ענגליש, ווערן אַמעריקאַנער און יעדן זונטיק אין “סאַנדיי סקול”, וווּ זיי האָבן גאָרנישט גענאָסן…

הײַנט טרעפֿט מען זיך שוין אָן אינעם דריטן דור, יענע אַמאָליקע קינדער, וואָס זײַנען שוין הײַנט אין די זיבעציקער און אַכציקער, זײַנען שוין גוט אַסימילירט, אַמעריקאַניזירט און הייבן נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן. פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס זוכן אַרום אין די אַרכיוון אין “עליס אײַלענד” דאָקומענטאַציע פֿון זייערע עלטער־זיידעס און באָבעס, חלשן אויסצוגעפֿינען ווער זיי זײַנען געווען און זייער אָפּשטאַם. אָבער פֿאַר זיי איז עס אַ פֿרעמדע וועלט, פֿאַר זייערע קינדער און אייניקלעך — נאָך פֿרעמדער. לויפֿט מען אין די “קאָמיוניטי סענטערס” רעגיסטרירן זיך אויף קורסן אויסצוגעפֿינען, וואָס זיי האָבן פֿאַרפֿעלט אין זייער דערציִונג.

דאָרט פֿאָדערט מען אַמאָל איבערצולייענען אַ בלעטל, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישקייט, איז משה שרײַב אײַן, דאָס לייענען און טראַכטן איז שוין נישט פֿאַר זיי, מ’גייט אין שיל “נאָך” דער בר־מיצווה, דער עיקר, אויף קידוש, וווּ מ’סערווירט “סושי” און “עג־ראָולס”, “בייגל ענד לאַקס” און “פּיצאַ”. זיי ווילן נישט הערן דעם “סערמאָן,” די דרשה הייסט עס, ווײַל דער יונגער ראַבײַ איז אַליין אַמאָל אַן עם־ארץ, און וויל צופֿרידנשטעלן דעם עולם, ווען ער רעדט וועגן “איזראַעל” און “פּאַלעסטײַן…”

פֿרעמדע ייִדן, נישט מײַנע ייִדן. ווי זאָגט אַהרון צײַטלין אין זײַן “מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש”, ווען ער שילדערט אַן אַמעריקאַנער ייִד:

“אַ ייִד אַ נאַר מיט אַ קאַר.”

אַגבֿ, האָב איך פֿאָרגעלייענט צײַטלינס פּאָעמע פֿאַר מײַן קלאַס אויף ענגליש, קיינער האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען און נישט באַנומען, ווי נישט זיי מיינט מען.