דאָס ייִדישע „להבֿדיל־לשון‟

Yiddish Distinctions Between Jew and Non-Jew


פֿון הערשל גלעזער

Published March 31, 2015, issue of April 17, 2015.

איינס פֿון די אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטלעך ייִדיש־לשון איז דאָס, וואָס מאַקס ווײַנרײַך רופֿט מיטן טערמין „להבֿדיל־לשון”, און אַנדערע רופֿן עס, „אַתּה־בחרתּנו־לשון”. „אַתּה בחרתּנו” איז דאָך טײַטש אויף לשון־קודש, „דו האָסט אונדז אויסגעקליבן‟, און געפֿינט זיך אינעם ראָש־השנהדיקן און יום־כּיפּורדיקן דאַוונען; וואַריאַנטן דערפֿון געפֿינען זיך, אַ שטייגער, אינעם שבתדיקן קידוש („כי בֿנו בֿחרתּ”). מיט איין וואָרט, דער רבונו־של־עולם האָט אויסגעקליבן ייִדן פֿון אַלע פֿעלקער און זיי מקדש געווען; ייִדן זענען, להבֿדיל, אַנדערש פֿון אַנדערע פֿעלקער.

די השׂגה „להבֿדיל” און „הבֿדלה” איז אַן עיקרדיקע בײַ ייִדן. ייִדן זענען, להבֿדיל, נישט קיין גויים; מענטשן זענען, להבֿדיל, נישט קיין חיות; צווישן קודש און חול, שבת און וואָך, ליכט און פֿינצטערניש, ייִדן און אַנדערע פֿעלקער, מאַכט דער רבונו־של־עולם אַ חילוק, ער איז מבֿדיל.

דאָס וואָרט „גוי” איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך: אַ מאָל איז עס געווען טײַטש „פֿאָלק‟, דערפֿון — געוואָרן „נישט־ייִדיש פֿאָלק‟ און, סוף־כּל־סוף, „נישט־ייִד‟; האָבן מיר שוין אַ גאַנצע ריי דעריוואַטן: „גויע”, „גוייִש”, „גויעץ”, אין פּוילישן ייִדיש אַפֿילו „ס’גײַעס”, „גויים, פּויערים‟. אין טיילן אוקראַיִניש איז „גוייִש” טײַטש „אוקראַיִניש‟; „גוי” מיינט, „אוקראַיִנישער פּויער‟. „אַ גוי זאָגט אַ ווערטל”, הייסט, אַז מע וועט ציטירן אַ ווערטל אויף אוקראַיִניש — און אויב מע גייט אין שלום־עליכמס דרכים, וועט מען עס פֿאַרטײַטשן אויף אַ קאַטאָוועסדיקן אופֿן.

איז אַזוי ווי מיר פֿאַרשטייען שוין צו וואָס ס’איז נייטיק להבֿדיל־לשון, איז כּדאַי צו זען ווײַטער ווי אַזוי מע באַניצט עס. „גוי” האָט טאַקע אַ בײַטעם פֿון ביטול, אָבער די כּוונה איז גיכער, אַז ייִדן זענען אַנדערש, לאַוו־דווקא בעסער. פּונקט אַזוי, ווען ייִדן פֿלעגן זאָגן אויף גוייִשע קינדער „ממזרים”, איז עס געווען כּמעט נייטראַל. גויים פּראַווען חגאָות, נישט קיין יום־טובֿים; דאָס וואָלט, דאַכט זיך, ייִדן נישט געאַרט, ווען מע זאָל נישט אויסניצן די חגאָות אויף פּאָגראָמען. זעט איר, אַז מע זאָגט אויף אַ קלויסטער אָדער אַ צערקווע „תּיפֿלה”, איז עס יאָ פּעיאָראַטיוו, ווער רעדט נאָך, ווען מע רופֿט עס „טומאה”. נישט אומזיסט האָבן ייִדן געגעבן דער אוקראַיִנישער שטאָט Belaya Tserkov (אויף רוסיש), טײַטש „ווײַסע צערקווע‟, דעם נאָמען „שוואַרץ־טומאה”!

וואָס שייך ווערבן, פֿלעג מען זאָגן אויף מאַמע־לשון, אַז ייִדן עסן, בשעת גויים פֿרעסן; ייִדן טרינקען, בשעת גויים זויפֿן; ייִדן שטאַרבן, בשעת גויים פּגרן, אַזוי ווי חיות. נאָר די גויים זענען אונדז נישט געבליבן שולדיק: אין זייערע לשונות עסן גויים, בשעת ס’פֿרעסן ייִדן; ס’שטאַרבן גויים, בשעת ס’פּגרן ייִדן אד”גל.

דעם כּוח פֿונעם להבֿדיל־לשון אילוסטרירט, צום בעסטן, אַן אַנעקדאָט בײַ אָלשוואַנגערן (אין זײַן „לחיים!”, ניו־יאָרק, 1949) א”ט „גויים און ייִדן”:

גיט אַ קוק די נפֿקא־מינה פֿון אַ גוי ביז אַ ייִדן. אַ גוי כאַפּט זיך אויף אין דער פֿרי פֿון בעט, וואַרפֿט ער זיך אַרײַן אין זײַנע הויזן, פּליוסקעט זיך אָפּ מיט וואַסער און וואַרפֿט זיך אַנידער אויף די קני און באַלעבעטשעט זײַנע תּפֿילות. דערנאָך נעמט ער און זעצט זיך אַוועק און זויפֿט אַ גלאָז בראָנפֿן, פֿרעסט אַ שטיק ברויט און גייט אויפֿן גאַס און האַנדלט. דערנאָך קומט ער צוריק אין זײַן כאַטע אַרײַן, זעצט זיך אַוועק מיט זײַנע ממזרים און מיט זײַן גויע, און פֿרעסט זיך אָן, און זויפֿט זיך אָן ווי אַ חזיר, און לויפֿט ווײַטער אָפּנאַרן די וועלט. פֿאַר נאַכט גייט ער אין תּיפֿלה אַרײַן, צלמט זיך ווי אַ חמור און קומט אין זײַן כאַטע, פֿרעסט זיך ווײַטער אָן און לייגט זיך אַנידער פּאָפֿן.

אָבער אַ ייִד! אין דער פֿרי שטייט ער זיך אויף פֿון בעט, טוט זיך אָן די מלבושים, וואַשט זיך אַרום און שטעלט זיך דאַווענען שחרית. דערנאָך נעמט ער זיך אַ גלעזעלע משקה, אַ שטיקעלע ברויט און גייט זיך אַרויס: געשעפֿטן, מיסחר… דערנאָך קומט ער זיך אַהיים, זעצט זיך נעבן טיש מיט דער ווײַב און מיט די קינדערלעך, זאָלן געזונט זײַן, מאַכט אַ ברכה, עסט, בענטשט אָפּ און גייט זיך ווײַטער אויפֿן גאַס אין זײַנע געשעפֿטן. פֿאַר נאַכט גייט ער זיך אין מנין און דאַוונט זיך מינחה און קומט אַהיים, נעמט עפּעס עסן צו וועטשערע, דאַוונט זיך מעריבֿ און לייגט זיך שלאָפֿן. אַזוי זשיפּעט דער גוי אָפּ זײַנע פּאָר יאָר און פּגרט אַוועק, און מע וואַרפֿט אים אַרײַן אין גרוב אַרײַן. אָבער דער ייִד לעבט זיך שטילינקערהייט וויפֿל ער דאַרף, דערנאָך, אַז ער ווערט ניפֿטר, איז מען אים מקבר און מע ברענגט אים צו קבֿר־ישׂראל.

הייסט עס, אַז דער איינציקער ממשותדיקער חילוק צווישן ייִדן און גויים זענען ווערטער? לאָמיר זיך דאָ האַלטן אַן עצה מיט שלום־עליכמען. אָט איז אַ טייל פֿון טבֿיהס אַ שמועס מיט זײַן טאָכטער חוה, פֿון דער פּיעסע „טבֿיה דער מילכיקער”:

חוה: סע שטייט געשריבן, זאָגסטו, אַז אַלע מענטשן קומען אַרויס פֿון איין טאַטן און אַז איין גאָט האָט זיי באַשאַפֿן […]

טבֿיה: פֿאַרן רבונו־של־עולם זענען אַלע מענטשן גלײַך […] ייִדן און, להבֿדיל, גויים — אַלע גלײַך. נאָר דאָס ווייסטו, אַז די תּורה האָט אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן ליב האָבן אַלע מענטשן, נאָר עמלקן זאָלן מיר געדענקען?!

נו, אויב אַזוי זענען טאַקע אַלע מענטשן גלײַך — נאָר אַ טייל זענען גלײַכער פֿון אַנדערע…