וווּ איז מײַן היימלאַנד?

Which is My Homeland?

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 14, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אשרי האיש, גליקלעך איז יענער, װאָס איז אָפּגעזעסן אין זײַן הױז כאָטשבי אַ פּאָר דורות, אָבער איך קען ניט קײן אײן ייִדישע משפּחה, װעלכע קען זיך באַרימען מיט אירע טיף אײַנגעװאַקסענע װאָרצלען אין דעם אָדער אַנדערן אײראָפּעיִשן לאַנד: װוּ געטאָגט דאָרט ניט גענעכטיקט. און ניט צוליב גרענעץ־שמוגל אָדער אַנדערע גזלנישע גליקן, נאָר כּדי ראַטעװען דאָס לעבן פֿון די קינדער.

מע דאַרף ניט װײַט זוכן: כ׳בין געבױרן געװאָרן הינטער קיִעװ, אױפֿגעװאַקסן אין בעסאַראַבישן שטעטל פֿלאָרעשט, זיך געלערנט אין רוסלענדישן לענינגראַד, עולה געװען קײן ישׂראל, שפּעטער געװױנט און געאַרבעט אין רומעניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שװייץ. איצט פֿרעג איך זיך אַלײן, רבונו־של־עולם, װוּ איז מײַן הײמלאַנד? אױב אַזאַ װאָרט איז נאָך פֿאַראַן אין מענטשלעכן לעקסיקאָן. איך פֿרעג עס ניט װי אַ ייִד, נאָר װי אַ פּשוטער מענטש, װעלכער האָט באַקומען בירושה אַ מכּה און קען איבערלאָזן נאָך זיך אַ קרענק.

איך דערמאָן זיך, װי גליקלעך בין איך געװען, װען אױף מאָרגן נאָך יענעם „געזעגענונג־באַזוך‟ בײַ דער מומע יענטע, האָט מײַן באָבע רחל מיך גענומען אױף אַ שפּאַציר, צו װײַזן די רויִנען פֿון די דאַטשעס אין בױבעריק, װוּ ס׳האָט אַ מאָל געװױנט, געאַרבעט און שפּאַצירט שלום־עליכם. און אױף מאָרגן, שױן אין קיִעװ, בין איך שיִער ניט געשטאָרבן פֿון שרעק, דערזעענדיק אַ דענקמאָל פֿון אײנעם פֿון די גרעסטע שׂונאי־ישׂראל, דעם ימח־שמוניק באָגדאַן כמעלניצקי. אין יענע יאָרן האָב איך נאָך ניט געװוּסט װער ער איז, אָט דער „נאַציאָנאַלער העלד אױפֿן נאַציאָנאַלן פֿערד‟, נאָר מײַן נשמה האָט דערפֿילט אַ סכּנה און אָנגעהױבן װײנען. פֿון יענער קינדערצײַט איז אַװעק אַ שאָק מיט יאָרן, נאָר דער „בראַװער‟ מערדער מיט אַ בולאַװע (אַ מאַכט־סימבאָל בײַ די אוקראַיִנישע קאָזאַקן, אַ מין פּרימיטיװ געװער, אַ גראָבער שטעקן מיט טשװעקעס אױפֿן רונדן קעפּל) איבערן קאָפּ, הערט ניט אױף צו שרעקן דעם ייִדישן זכּרון און משׂמח זײַן די מעוברתע אוקראַיִנישע מלוכישע אומאָפּהענגיקײט. דאָס, װאָס די אוקראַיִנישע היסטאָריקער רופֿן אָן „די נאַציאָנאַל־באַפֿרײַערישע מלחמה, 1648—1657‟, רופֿן די ייִדן אָן, „גזירת תּ׳ח ותּ׳ט‟.

ס׳איז שװער צו גלײבן, אָבער די צװײטע לױט דער טעריטאָריע־גרײס אײראָפּעיִשע מדינה, אוקראַיִנע, איז בסך־הכּל 25 יאָר אַלט (אַרײַנרעכנדיק אײן יאָר פֿון דער קאַריקאַטורישער אומאָפּהענגיקײט אין 1918—1919). די ערשטע שריפֿטלעכע דערמאָנונג פֿון דער שטאָט קיִעװ געפֿינט זיך אין דער אַכטער שורה פֿונעם אַזױ גערופֿענעם ייִדישן „קיִעװער בריװ‟ פֿון צענטן יאָרהונדערט (ביבליאָטעק פֿונעם קעמברידזשער אוניװערסיטעט־דאָקומענט (12.122 T – S Glass). איך ציטיר: „מודיעים אנו לכם קהל של קייוב…‟, — מיר, קהילת קיִעװ, מעלדן אײַך… און אַזױ װײַטער… אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש שנאָרערײַ־בריװ (די פּרטים קענט איר געפֿינען אינעם בוך, Norman Golb and Omeljan Pritsak, Khazarian Hebrew Documents of the Tenth Century, London, 1982), נאָר עס איז כּדאַי אונטערשטרײַכן, אַז צו יענער צײַט איז קיִעװ געװען אַ גרענעץ־שטאָט פֿון דער כאַזאַרישער אימפּעריע. איך מײן, אַז אַלע געדענקען, װאָס איז געװען דער סוף פֿון דער כאַזאַרישער אימפּעריע, דער גרעסטער מלוכה אױף דער װעלט מיט אַ ייִדישן גלויבן. אין 1261 האָבן די גענועזער פֿאַרכאַפּט די לעצטע ייִדיש־כאַזאַרישע פֿעסטונג טשופֿוט־קאַלע, אין קרים, און דערהרגעט דעם נשׂיא אליהו.

פֿונעם קורצן קפֿיצת־הדרך אין דער געשיכטע זעט מען גלײַך, אַז דער תּוכן פֿון די װערטער „אוקראַיִנע‟ און „קרים‟ באַדײַטן פֿאַר די ייִדן מער װי אַ בלעטל פֿון היסטאָרישער געאָגראַפֿיע, װײַל דװקא די קרימער כאַנסטװע, װעלכע איז אױפֿגעקומען אױף די רויִנען פֿון דער ייִדישער פּראָװינץ אין קרים, איז געװאָרן דער אײנציקער אַליִיִרטער פֿון כמעלניצקיס װילדע קאָזאַקן אין זײערע אוממענטשלעכע שחיטות אין תּ׳ח ותּ׳ט.

זינט יענע שרעקלעכע טעג זײַנען פֿאַרבײַ כּמעט 370 יאָר. די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע האָבן זיך געװאָנדן צו דער נײַער מאַכט מיט אַ ביטע אױפֿצושטעלן אַן אײדעלן דענקמאָל־צײכן אין זכר פֿון די 180,000 ייִדישע תּ׳ח ותּ׳ט־קרבנות. מע האָט זײ אָפּגעזאָגט, אָבער װי אַ פּשרה צו דער אוקראַיִניש־ייִדישער פֿרײַנדשאַפֿט האָט דער הײַנטיקער אָפֿיציעלער אוקראַיִנישער קאָזאַקן־העטמאַן, פּאַן פּראָפֿעסאָר אַנאַטאָלי שעװטשענקאָ, געשאָנקען דעם הױפּט־ראַבינער פֿון אוקראַיִנע אַ קרישטאָלענע קאָפּיע פֿון דער העטמאַנסקע בולאַװע, און (איך ציטיר): „אין נאָמען פֿון אונדזערע אָבֿות (כמעלניצקי און קאָמפּאַניע – מ.פֿ.) בעט איך מחילה בײַם ייִדישן פֿאָלק‟.

אָט אַזױ, טײַערע ייִדן, – אַז מע לעבט דערלעבט מען… צי איך פֿאַרשטײ שױן גאָרניט אין לעבן, צי דאָס לעבן האָט פֿאַרביטן די יוצרות, נאָר כ’האָב מורא, אַז נאָך דער מחילה אין „כמעלניצקיס נאָמען‟ װעט, חלילה, קומען צו אַ מחילה אין היטלערס נאָמען, יימח שמם וזכרם.