אונטערגייענדיקע אַזוי־גערופֿענע ייִדישע מושבֿ־זקנימס

Jewish Senior Homes That Aren’t Anymore

הגם דער מושבֿ־זקנים פֿון „בני־ברית” אין האַריסבורג באַגריסט נײַע אײַנוווינער, זענען זײַנע לעצטע ייִדישע תּושבֿים אומצופֿרידם.
Sean Simmers
הגם דער מושבֿ־זקנים פֿון „בני־ברית” אין האַריסבורג באַגריסט נײַע אײַנוווינער, זענען זײַנע לעצטע ייִדישע תּושבֿים אומצופֿרידם.

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published April 14, 2015, issue of May 01, 2015.

איבערן אַרײַנגאַנג־טויער פֿונעם 14־שטאָקיקן דירות־בנין אין האַריסבורג, פּענסילוועניע, שטייט געשריבן „בני ברית‟. דער דאָזיקער נאָמען און אַ קאָליריקער מגן־דוד אויף דער טיר זענען פֿאַקטיש די איינציקע סימנים, וואָס דערמאָנען, אַז דער בנין איז לכתּחילה געווען אַ ייִדישער מושבֿ־זקנים. אינעווייניק געפֿינט זיך אַ ביבליאָטעק, וווּ עס ליגן אַ צאָל סידורים, ווי אַ געבליבעכץ פֿונעם אַמאָליקן מנין. הײַנט קומען דאָרטן פֿאָר קריסטלעכע אונטערנעמונגען; שטויביקע ניטל־ביימער, געמאַכט פֿון פּלאַסטיק, באַגריסן די באַזוכער פֿונעם בנין.

אָפֿיציעל הייסט דער מושבֿ־זקנים נאָך אַלץ „בני־ברית־דירות אויפֿן נאָמען פֿון אייב קראַמער‟. דער ביליקער וווין־בנין שטייט אינעם נידער־ראַיאָן פֿון האַריסבורג. למעשׂה, קאָן מען דאָרטן טרעפֿן בלויז אַ קנאַפּע צאָל ייִדן — פֿון 3 ביז 7, לויט פֿאַרשיידענע חשבונות — צווישן לכל־הפּחות 200 זקנים, וואָס לעבן אינעם הויז.

ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן זיך באַזעצט אינעם מושבֿ־זקנים, האָבן זיי זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז זיי וועלן קאָנען פֿאַרברענגען זייערע „גאָלדענע יאָרן‟ שמועסנדיק מיט חבֿרים און דאַוונענדיק אין דער שיל. למעשׂה, האָבן זיי זיך שוין נישט איינמאָל אָנגעטראָפֿן אויף אַנטיסעמיטיזם און מוזן וווינען צוזאַמען מיט אַלטע נאַרקאָמאַנען.

איין תּושבֿ האָט דערקלערט דעם Forward אויפֿן פּשוטן ייִדיש, אַז „דער בנין איז דרעק‟. אַן אַנדער 90־יאָריקער ייִד האָט איבערגעגעבן, אַז ער זיצט אַ גאַנצן טאָג אין זײַן דירה און קוקט אַלע פֿילמען, ווײַל ער האָט גאָרנישט אַנדערש דאָרטן צו טאָן און וויל זיך נישט באַווײַזן בכלל אינעם וועסטיעבול. די ייִדישע אײַנוווינער האָבן מורא געהאַט מפֿרסם צו זײַן זייערע נעמען, כּדי די פֿאַלוואַטלער פֿונעם בנין זאָלן זיך אין זיי נישט נקמה נעמען.

אַזאַ געשיכטע איז, צום באַדויערן, ווײַט נישט דער איינציקער פֿאַל. מאַרק אָלשאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער, וואָס באַדינט די עלטערע לײַט בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע „בני־ברית‟, האָט געזאָגט, אַז זײַן חבֿרה פֿירט אָן מיט 42 מולוכיש־סובסידירטע מושבֿ־זקנימס אין 27 אַמעריקאַנער שטעט, וווּ עס וווינען, בסך־הכּל, בערך 8,000 מענטשן. בלויז אין אַ פּאָר בנינים וווינען אָבער אַ מערקווירדיקע צאָל ייִדן; אין עטלעכע פֿון זיי זענען בכלל נישטאָ קיין ייִדישע תּושבֿים.

אָלשאַן האָט איבערגעגעבן, אַז צוליב די דעמאָגראַפֿישע ענדערונגען האָט דער עטנישער באַשטאַנד פֿון די מושבֿ־זקנים זיך היפּש געביטן במשך פֿון דער צײַט. אין אַ טייל געוועזענען ייִדישע הײַזער וווינען הײַנט, על־פּי־רובֿ, רוסן אָדער לאַטײַן־אַמעריקאַנער. אויפֿן איצטיקן מאָמענט, זאָרגט זיך די אַדמיניסטראַציע, דער עיקר, וועגן די פֿרידלעכע באַציִונגען צווישן די אײַנוווינער; ווען דעם ייִדישן עלעמענט האָט מען אין אַ סך עלטער שוין לאַנג פֿאַרגעסן.

אין דער אמתן, איז אַזאַ מצבֿ דער נאַטירלעכער רעזולטאַט פֿונעם אָפּמאַך, וועלכן „בני־ברית‟ האָט געשלאָסן מיטן מלוכישן דעפּאַרטאַמענט פֿון בויערײַ אינעם יאָר 1968. לכתּחילה, האָט מען אויפֿגעשטעלט די מושבֿ־זקנימס אין די ראַיאָנען מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג. לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, כּדי צו באַקומען די סובסידיעס, טאָר מען נישט דיסקרימינירן די פּאָטענציעלע תּושבֿים. אויב זיי זענען גענוג אָרעם, האָבן זיי רעכט צו וווינען אין די סובסידירטע בנינים. ממילא, ווען דער דעמאָגראַפֿישער מצבֿ פֿון די שטעט האָט זיך געביטן, זענען אין די הײַזער געבליבן ווייניק ייִדן.

אָלשאַן האָט באַטאָנט, אַז הגם זײַן אָרגאַניזאַציע האָט געוואָלט העלפֿן די עלטערע מיטגלידער פֿון די ייִדישע קהילות, האָט זי קיינמאָל נישט פּלאַנטירט צו שאַפֿן פֿאַר זיי ספּעציפֿיש ייִדישע וווין־ערטער. די עיקר־פּראָבלעם פֿונעם דערמאָנטן מושבֿ־זקנים אין האַריסבורג באַשטייט אָבער אינעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿונעם הויז. אַ סך אָרטיקע עלטערע לײַט וואָלטן בעסער געוווינט אין אַ צופֿעליקער מלוכיש־געשטיצטער ביליקער דירה, ווי אינעם נעבעכדיקן פּראָיעקט־הויז, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אין 1973. זיי האָבן אָבער מורא צו טענהן קעגן די שלעכטע וווינונג־באַדינגונגען, ווײַל די פֿאַרוואַלטונג קאָנטראָלירט דעם סכום פֿון דירה־געלט און קאָן זיי גרינג אַרויסוואַרפֿן מחמת וועלכער־ניט־איז נישטיקער סיבה.

אַ קאַטוילישער אײַנוווינער האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז ער האָט פּערזענלעך געקענט אייב קראַמער, דעם פֿאַרשטאָרבענער ייִדישן געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט שטאַרק געשטיצט דעם בנין, וואָס טראָגט צוליב דעם זײַן נאָמען. דער נישט־ייִדישער זקן האָט באַמערקט, אַז קראַמער „וואָלט זיך איבערדרייט אינעם קבֿר‟, ווען ער וואָלט געוווּסט, ווי אַזוי דער מושבֿ־זקנים זעט אויס הײַנט, אונטער דער נײַער פֿירערשאַפֿט.